English
ספרייה
kind
paragraph
order
4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'האלט דאך ביים סיום פון יום ההילולא, פון דעם אריז'ל החי, ווי פארשטאנדיק בפשטות, ס'איז דאך אבער אן ענין וואס איז פארבונדן מיט קדושה, און ניט סתם מיט קדושה, נאר מיט קבלה רזין דרזין דאורייתא, און נאך דערויף ווי ס'איז געווארן דער אופן הלימוד על פי תורת חב אד, איז דאך דאס אראפגעקומען אין אן אופן וואס יתפרנסון מיני' פון די רזין דרזין, ביז וואנענט יתפרנסון, אז נעשה דם ובשר כבשרו דורך דערויף וואס מ'לערנט דאס דורך די הקדמות און די פירושים און די ביאורים מיט די הוספות פון תורת חסידות חב אד, ווערט דאך דאס דעמאלט א יחוד נפלא שאין כמוהו נמצא כלל דורך דערויף וואס דער משכיל און דער שכל און דער מושכל ווערט איין זאך, אין אן אופן פון יחוד נפלא, על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך וועגן פנימיות, די פנימיות, און ווי דאס קומט אראפ אין למטה שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דער שכל פון נפש הבהמית, וואס בשעת מ'לערנט על פי תורת חסידות חבוד מאכט מען דאך אויך דעם דבוש, אז דאס דארף אראפקומען אין מעשה, ביז אז מעשה הוא העיקר אז די מעשה וואס ווערט געטאן דורך דעם נפש הבהמית, וואס זי ווירקט אויפן חלק הבהמה שבאדם, וואס דאס איז דאך בפשטות דער דם, ביז די עצמות, ביז די עקב שברגל, זאל דארטן זיין ניכר אז דאס ווערט געטאן דורך אזא מין עקב וואס דאס איז דורכגענומען געווארן מיט רזין דרזין פון תורת האריז ל. ובפרט נאך לויט מבואר אין כמה שיחות פון רבותינו נשיאינו, אז כדי צו מגלה זיין אן ענין נעלה אין אן ארט וואס פריער איז דאס ניט געווען, ביז אין אן אופן אז ס'איז געווען מרוחק באין ערוך מוז מען האבן א תוספת אור פון אן ארט וואס איז נאך העכער פון דעם ענין נעלה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים