English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

7 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מ'שטייט דאך אין כ'ה'אלול, וואס דאס איז דאך דער יום ראשון שנברא בו העולם, און דערנאך איז דאך מידי שנה בשנה, איז פונקט אזוי ווי בראש השנה ווערט דאך נתחדש דער יום שנברא בו אדם הראשון, איז דאך פאר דערויף דא דער ענין פון כ'ה'אלול, וואס דעמאלט איז נברא כל העולם כולו, וואס אויף דעם טאג שטייט אויך ויהי בוקר ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד ניט יום ראשון נאך יום אחד, און ווי ער טייטשט אפ אין מדרש, אז דעמאלט איז געווען בעולמו מערניט ווי דער אויבערשטער אליין, וכמדובר בארוכה דער ביאור הענינים בזה. דערנאך קומט דאס מידי שנה בשנה, ווי ער טייטשט אפ אין לקוטי תורה, אז דער כללות החילוק פון ראש-השנה און חב ה'אלל איז, אז דאס איז ויאמר כן לחי אז חב ה'אלל איז דאס כו כדמותינו, און דערנאך קומט לחי וואס דאס איז דער יום שבו נברא אדם הראשון, וואס ער איז געווען אט דער וואס ער האט ממליך געווען מיטן גאנצן שטורעם פון זה, וואס דאס איז שלא בערך מערער פון כן. בשעת מ'שטייט אין דעם טאג פון כ'ה'עלם איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט שטורעמען אלע מעלות פון דעם טאג, איז נוסף על האמור לעיל, וואס ווערט אויסגעדרוקט אין איין ווארט, אז דאס איז דער איין און איינציקער טאג בעולם אז ס'איז געווען בעולמו מערניט ווי אחד, און ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז דאס מיינט מען גאר די דרגא פון יחיד, און דערנאך חזר'ט זיך דאס איבער מידי שנה בשנה, קומט מען גלייך בהדגשה א דבר הכי נפלא, בכלל איז דאך דא אין סדר השתלשלות ענינים וואס זיי זיינען בזמן

2ומקום, און ווי ער האט געבראכט אין סידור פון דעם מעזריטשער מגיד, אז דער זמן איז אויך נברא, און ער איז נברא געווארן ברגע הראשון פון יום ראשון, פון יום אחד, וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער זמן פון דער לילה ברגע הראשון פון דער לילה, איז דעמאלט איז נברא געווארן די גאנצע מציאות פון זמן, וואס דערמיט איז אויך קשר די גאנצע מציאות פון מקום. במילא איז דערפון פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים וואס זיי זיינען אין זמן איז ווערן זיי נתחדש פונקט ווי בפעם הראשונה ווי ס'איז געווען בחב ה אלול ברגע הראשון, פון חב ה אלול, כמוזכר לעיל. דערפון איז פארשטאנדיק א דבר הכי נפלא די אלע ענינים וואס זיי זיינען למעלה מזמן ומקום, און למעלה מכל מדידה והגבלה, ביז די ערשטע המשכה און די ערשטע השפעה און די ערשטע הערה פון עצמות ומהות, וואס דאס איז דאך קודם הצמצום, און קודם הצמצום אויך אין למעלה מעלה אין די אלע דעזות וואס ס'איז דעמאלט שייך, ביז דערנאך די אלע ענינים שלאחרי זה, איז לאחרי מתן תורה זיינען זיי אלע אריינגעגעבן געווארן אין רשותו פון יעדער אידן און פון אלע אידן, אט דאס וואס מ'זאגט בשביל ישראל, נקראו ראש, איז געהיט דאך דאס אויף כל סדר השתלשלות, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים וואס זיי זיינען למעלה מזמן ומקום ווערן זיי נתלבש אין זמן ומקום, ביז אז זיי ווערן נתגלה, ובפרט אז מ'זעט דעם ענין ווי ס'ווערט נתבאר אין אסתכל באורייתא וברא עלמא, וואס דאס איז דאך כולל אין זיך כל הענינים, ביז למעלה מעלה עד אין קץ און נאך העכער פון קץ בתכלית,

3ווערן זיי דערנאך נתלבש אין זמן, ביז אין אזא אופן, אז א איד, על ידי פעולתו, דוקא אין זמן ומקום, טוט ער אויף ביז למעלה מן הצמצום, דורך זיין פעולה דוקא אין זמן ומקום, ווער ווערט דאס נתחדש כל ענינים אלו, ביז כאמור אט דאס וואס הי'אור אין סוף ממלע כל המציאות, און נאך העכער דערפון דאס איז דאך געקומען לאחרי כמה צמצומים, ווי אראפגעבראכט אין קבלה באריכות, און לקוטי תורה ברענגט ער נאר, אז ער רעדט וועגן דערויף אין עומק המלך, אבער ניט נתבאר אפילו ניט אין עץ החייב, וכמדובר כמה פעמים קומט אויס, אז ברגע הראשון פון חב ה'אלול ווערט נתחדש פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, און נתחדש אין אן אופן ווי דאס ווערט דערנאך מלובש אין זמן ומקום, און מ'קען אין דערויף אויפטאן על ידי פעולה אין זמן ומקום, ווערט דעמאלט נתחדש, כלשון הידוע, אז חוזרים למקורם ועצמותם ווערט דאס מתחדש אין רגע הראשון פון ח'ה'אלול, וואס דאס איז דער סיום שלו פון דאמת לית איז דאס איצטער, ובפרט לאחרי תפילת מעריב. וואס יש לומר, אז דער חידוש בתחוזרים לקדמותם איז מערניט ווי בראש השנה און פארבונדן מיט תקיעת שופר, משא'כן בחב ה'אלול, מ'וואו דאך אבער זאגן, אז למפרע איז דאס פועל אויף פריער אויך, וויבאלד אז דאס איז בדוגמת און אפגעגעבן צו א אידן ער זאל אויפטאן אין די אלע ענינים, במילא איז על כל פנים למפרע אדער ניט למפרע, ווי מ'וועט וועלן אין דערויף לערנען, האט מען ברגע הראשון פון דעם מתלת דעם גאנצן סדר השתלשלות, וואס דערנאך קומט דאס אראפ ביום ששי

4של מעשה בראשית, אין ראש-השנה, מיטן שטורעם פון ראש-השנה, ווען האט מען דאס בפועל מחדש פונקט ווי בפעם הראשונה אדער למפרע אדער קרוב לאמר גאר ניט למפרע האט מען דאס אין היינטיקן מעת-לעת און אין רגע הראשון שבו. וואס אט דעמאלט האט מען דעם גאנצן ענין וואס הי'אור אין סוף ממלא כל המציאות, וואס ביז דעמאלט איז דאס ניט געווען שייך צו זמן ומקום, אין די ענינים פון צמצומים והמשכות לפני זה, וואס זיינען אויך ניט געווען דעמאלט שייך צו מקום, ביז כמבואר, אז בפרטיות ווען הויבט זיך אן דער ענין פון זמן ומקום? איז דאס דוקא אין אונזער סדר השתשלות, און דוקא אין עולם העשי און דוקא אין עולם העשי הגשמי והחומרי. און דעמאלט האט מען דאס, בשעת ס'קומט, כאמור, דער ענין פון חבי אלול, פועל'ט דאס, כאמור, למפרע אדער ניט למפרע, אז ברגע הרשעות פון דעם מעת לעת ווערט מען נתחדש אט די אלע ענינים, מיט דער הוספה, אז דעמאלט איז דאס שוין פארבונדן מיט זמן ומקום, והא ראי'כ ד'אלול האט מען געמאכט הכנות צו כל העניני כ'ה אלול, במילא אויך די הכנות צו אט דעם ענין פון כ'ה'אלול, ובפרט אז דאס איז גאר אן ענין הכי עיקרי.

5וואס דערפון זעט מען דער גודל ההפלאה דוקא פון חב ה'אלול, און ווי נשיא דורנו האט איבערגעגעבן, אז ס'איז געווען אזוינע אידן וואס בחב ה'אלול האבן זיי געלערנט מעשה בראשית פארבונדן מיט יום ראשון, ווי אזוי אויך די ימים שלאחרי זה, בכל יום ויום עביד עבידתי'געלערנט דעם חלק אין פרשה בראשית וואס איז פארבונדן ביום כ'ה'עלו פון התחלה ביז די ווערטער ערב ויהי בוקר יום אחד, און דערנאך אויך בכל יום ויום עביד עבידתי', כולל אויך די פרשה רחלק אין פרשה בראשית בסולתה, וואס איז פארבונדן מיט יום שני ביום שני, על דרך זה בימים שלאחרי זה, וואס דערפון פארשטייט מען אויך די כוחות וואס מ'גיט אריין דעם טאג, און מ'פארשטייט אויך וואס מ'קען אויפטאן בשעת מ'איז זיך משתדו אויפטאן מיט די כוחות, אדער על כל פנים אז מ'האט דאס במחשבה, איז מחשבה טובה איז הקבושה ברוך הוא מצרפה למעשה, מיט די אלע אריכות שיש לומר בזה.

6און יהי רצון, אז וויבאלד אז מ'איז דאך דאס מסיים, כאמור כמה פעמים, מיט נתינת הצדקה, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין די אמת'ע מציאות ווי ס'איז געווען בתחילת הבריאה, אז ס'איז געווען מערניט ווי יום אחד מערניט ווי הקב,"ה ביז אן אין עוד מלבדו ביז א נאך העכער אין עוד, ווערט דאס מתחדש נאכאמאל דער רגע הראשון פון יום חבי אלול און דערנאך נמשך בכל המות-לעת כולו, ויש לומר אז ביז עד חצות לילה, וואס דאס געהערט דאך אלץ ובדרים וואס זיי זיינען דאך קרוב פון יום שלפני זה, פון חבי אלול אויך בלילה זו עד חצות לילה, ומן התורה גאר עד עמוד השחר, וכמדובר כמה פעמים. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, ס'איז דאך די אלע ענינים דא אויך בעבודה בכל זמן ובכל מקום, אז נאך מערער, אז דעמאלט קען טאן די עבודה פון א כהן קען דאס טאן א לוי און א ישראל, א אפידי א גר, די אלע ענינים וואס זיי זיינען למטה פון א כהן, פון א לוי, פון א ישראל מיוחס וואס איז שייך צו עבודה, ביז בכלל וואס בשם ישראל יכונה קען ער דאס טאן דוקא בזמן זה, ודוקא במקומות אלו, אין אן אופן מיטן גאנצן שטורעם, וואס בזמן הבית און בזמן העבודה האט מען געדארפט האבן אויף דערויף א יחוס הכי גדול וכו'וכו.'

7און יהי רצון, אז מ'זאל אויסנוצן די אלע ענינים, על כל פנים בהחלטה טובה ווערט דאך דערנאך הקב'ה מצדפה למעשה, און דאס זאל נאכמערער מוסיף זיין אין דער כתיבה בחתימה טובה לשנה טובה ומסוקה, וואס דער אויבערשטער האט דאס שוין געגעבן פון ראש-חודש אלול אן, און פון שבת מברכין אלול אן, כמדובר לעיל בארוכה, און דערנאך איז דער אויבערשטער הולך ומוסיף, וויבאלד אז מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל איז ער אויך מוסיף, על אחת כמה וכמה אין אן ענין הכי עיקרי והכי קדוש, ווי די כתיבה והחתימה טובה, ווארום ס'איז דאך צדיקים גמורים ועמך כולם צדיקים איז נחתמים ונחתמים באלתר, וכמוזכר לעיל נאך פאר דערויף, אין ראש חודש אלול נשבת מברכי אלול, און הולך ומוסיף זינט דעמאלט, מידי יום ביום און מידי רגע ברגע, און וויבאלד אז דער אויבערשטער ווייס אז אידן דארפן דאס האבן דוקא למטה מעשרה טפחים, נשמות בגופים, איז א זיכערע זאך אז ער האט דערנאך ממשיך דאס, אין אן אופן אז מ'זעט דאס אויך בעיני בשר, אנהויבנדיק פון גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, און דערנאך אין בנערינו ובזקנינו ובבנינו בבנותינו איז ארו אין מנני שמיא, איז נאך תיכף ומיד איז מען אלע צוזאמען, אין ירחיב הוי'את גמולך אין ארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש ובקודש הקדשים, ותיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים