Paragraph
Paragraph rh-n5f139r5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k70dxy3m
- order
- j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס איז אויך א בית תפילה, שמגדלין בו תפילה, און אויך תורה, און אויך א בית המדרש, וואס דארט איז דער ענין פון תורה אחת לכולנה, און תפילה איז דאך נאך מערער, אז זי איז טופל ומחבר און מאכט איין זאך פון תורה פון אידן און הקב,"ה, ביז אז דאס שטייט בגלוי, בחיי יום יום, לערנט תורה מיטן כח פון דעם הקב,"ה, וואס הקב,"ה עוזרו און מיטן כח פון אנכי עומד ביניכם ובין הוי'אלקיכם פון די נשיאים, וואס דאס איז דאך געווען, ווי ער איז מבאר בארוכה עומד ביניכם אין אן אופן ניט חס ושלום פון א מיטורגמן, נאר אין אן אופן וואס ער איז מחבר און מאכט איין זאך פון די ביידע וואס ער איז עומד ביניכם און מיט זיך אליין, כמבואר בארוכה בכמה שיחות פון רבותינו נשיאינו.
- proofread
- 0