עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

113 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איצטער הויבט זיך דאך אן ז' מרחשון, וואס ווי גערעדט שוין בארוכה און שוין אויך אפגעדרוקט דאס וואס מ'האט גערעדט בשנים שעברו, איז דאך אין דערויף דער אלטער רבי מבאר אין שולחן ערוך שלו, אין הלכות תפילה,

2אז דאס איז דער טאג וואס האחרית שבישראל וואס האט עולה לרגל געווען, האט חוזר געווען ”למקום ישובו", אפילו אט דער וואס האט געלעבט אלס אן אחרון אויפן גבול הכי רחוק אין ארץ ישראל, הכי רחוק פון ירושלים, וואוהי מ'האט עולה לרגל געווען,

3האט דאס געדארפט נעמען ט' יום, פופצן טעג, און ס'איז דורכגאנגען פופצן טעג זינט מ'איז ארויס פון ירושלים האט זיך דאס געענדיקט וואו' חשון און ז' חשון איז שוין יעדערער געווען ”תחת גפנו ותחת” טרינתו,

4וויבאלד ער איז שוין ניט געווען בדרך, אט דעמאלט האט מען געבעטן א שאלת הגשמים, ”ותן טל ומטר” לברכה דערפאר וואס ס'וועט אים ניט מבלבל זיין בהניחתו בדרך.

5און איז גלייך מוסיף בזה אין 'חצאי עיגול' בזה, אז אף על פי וואס חרב בית המקדש האט מען אויך ממשיך געווען די עלי' לרגל פון מקומות הסמוכים על כל פנים צו ירושלים,

6וואס דערפאר האט אנגעהאלטן און אויך אט דער שינוי אז מ'זאל אנהויבן בעטן אויף גשמים בארץ ישראל, פון ז' חשון אן, אנהויבנדיק פון תפילת מעריב פון ליל ז' חשון,

7און דערנאך איז ער אויך מאריך אויך בארוכה, אז לכאורה אין דעם ענין האט ניט געדארפט זיין קיין אונטערשייט צווישן ארץ-ישראל און בבל, דערפאר וואס דאס איז דאך ניט אן ענין פארבונדן מיט איסור והיתר, במילא איז א פלוגתא תלמיד ירושלמי, תלמוד דבלין וכו,'

8ס'איז א זאך פארבונדן מיט צורך הארץ, מיט די צרכים די דרישות וואס דער לאנד פארלאנגט, די שדיות וכרמים, במילא דארף זיין אין חוץ-לארץ די זעלבע הנהגה ווי אין ארץ-ישראל, בהמשך ובהתאם צי דער לאנד פארלאנגט שוין דעמאלט גשמים אדער נאך פריער,

9און אויב אפילו פריער איז דאס על דרך ווי ס'איז געווען אין ארץ-ישראל דארף מען אבער גיין לאחרי האחרון שבישראל.

10און לאחרי ווי ער איז ממליץ און מאריך אין דער הסברה פון דער הנהגה זאגט ער אבער, אז למעשה בפועל האט מען אזוי ניט האט מען איינגעשטעלט די הלכה, מ'זאל זיך פירן ניט אזוי.

11וואס דאס גופא פארבינדט נאך מערער אידן מיט ארץ-ישראל בכל מקום שהם, און פארבינדט דאס אין שולחן-ערוך.

12וואס אין שולחן-ערוך, ווי דעם אלטן רבי'ס שולחן-ערוך, וואס דארט איז ער דאך מוסיף אויך די טעמי ההלכות, נוסף אויף די הלכות עצמם, כמבואר אין דער הקדמה שלחן-ערוך, אז דאס איז דער חילוק פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך לגבי דעם בית-יוסף'ס שולחן-ערוך,

13וואס דער בית-יוסף איז דאס געקומען אלס א סך הכל פון חיבורי בית יוסף על הטור וואס דארט האט ער געבראכט אלע-ערליי טעמים מיט אלע-ערליי סברות, דערנאך האט ער געמאכט דערפון א סך הכל וואס דאס איז שולחן ערוך שלו בקיצור הכי נמרץ,

14און ניט אראפברענגענדיק קיינע טעמים.

15דער אלטער רבי האט געוואלט געבן א חיבור וואס דאס זאל זיין א שלום 'מצד עצמו', ניט פארלאזנדיק אויף אנדערע חיבורים, כמבואר אויך פון דער הקדמה, אז דאס איז געווען וואס דער מגיד האט אנגעזאגט מציע געווען און אנגעזאגט און געגעבן כח און ברכות וכל הענינים אויף כתיבת השולחן ערוך,

16כדי אז דאס זאל זיין א ספר המספיק בשפיעי עצמו.

17וואס דאס איז פארשטאנדיק פארוואס מ'דארף דארט מאריך זיין, אדער על כל פאר מ'וועט אראפברענגען טעמים פון די הלכות.

18ס'האט דאך אבער קיין שייכות ניט וואס דארף מען דארטן מסביר זיין א הלכה וואס איז ניט אנגענומען געווארן להלכה.

19וויבאלד אז ער אליין איז מסיים, אז די הלכה איז באופן כך וכך, אז דאס איז מערניט אין חוץ-לארץ, ארץ-ישראל, דער שינויים פון ז' חשפד, איז ”למאי נפקא מינה” אין א ספר שולחן-ערוך פון הלכות לפועל אט דאס וואס ס'האט געקענט זיין און ס'איז דא א שטארקער אט אין א הלכה אויך אויף אן אנדער סארט הלכה.

20דאס איז דאך א באזונדער ענין וואס ווערט דערציילט וועגן די מסקנות ההלכה, ס'רעדט זיך וועגן די הלכה וואס איז אנגענומען לפועל, סיי אין חוץ-לארץ און סיי אין ארץ-ישראל.

21האט ער געדארפט אראפברענגען די טעמים וואס איז דער ענין פון ז' חשון, און פארוואס איז דאס ניט אזוי אין חוץ-לארץ אבער אן די אריכות הכי גדולה,

22ובכמה פרטים, אז ס'איז געווען א קא סלקא-דעתך און מ'האט דאס להלכה בפועל ניט אנגענומען, איז דאך איינע פון די ענינים בזה, על כל פנים בדרך המוסר, וואס דאס איז פארבינדט און מקשר נאך מערער חוץ-לארץ מיט ארץ-ישראל,

23ביז אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט עלי' לרגל, דערפאר וואס ס'איז דא א שטארקער הלכה, מיט א טעמים נוסף בטעמים ואדרבא, אזוי האט גאר געדארפט זיין לכאורה אז אין חוץ-לארץ איז די זעלבע הנהגה ווי אין ארץ-ישראל.

24נאך א טעם בזה איז אויב ער וועט פארגעסן וכו' ווי ער איז דערנאך ממשיך, אבער דאס איז דער טעם שוין אין די סעיפים.

25וואס דא קומט אויך גלייך ארויס א הלכה בהנוגע לכל אחד ואחת, אז אף על פי וואס ביז ז' חשון איז געווען ניט מודגש דער חילוק פון ארץ-ישראל און חוץ-לארץ בהנוגע צו שאלת גשמים, סיי אין חוץ-לארץ סיי אין ארץ-ישראל האט מען געזאגט ותן ברכה

26ז' חשון, אנהויבנדיק פון תפילת מעריב, איז מען דאך מדגיש, מ'געפינט זיך אין חוץ-לארץ, דערפאר איז מען ממשיך זאגן ותאין ברכה, דערנאך שטייט ער אין א פארבינדונג מיט א אידן וואס האט געדאווענט מעריב אין ארץ-ישראל, און יענער דערציילט אים, אז ביי אים איז אין מעריב האט ער געזאגט ותא אלע מטר לברכה זאל ער וויסן זיין,

27אז דאס איז ניט קיין פירוד און ניט קיין חילוק אמיתי דאס איז א דין אין שולחן-ערוך, וואס דורך דעם דין אין שולחן-ערוך איז נאכמערער מדגיש א תורה אחת לכולנה, וואס דא שטייט דאס נאכמערער בהדגשה, ס'איז ניט תורה אחת לכולנה בכלל נאר אין דעם ענין גופא איז א הלכה חזקה מיט א טעמא און א טעם המסתבר על פי הלכה,

28אז ס'דארף פון זיין חשבון אויך ניט זיין קיין חילוק, און מערניט מצד א טעם צדדי האט מען איינגעפירט און געמאכט אט דעם חילוק.

29וויבאלד אז מ'דארף אנקומען צו א טעם נוסף און א טעם צדדי לכאורה וכו איז דאס נאכמערער מדגיש וכיתרון האור, און ווי געזאגט פריער שישי בחשון האט זיך ניט געמערט אז מ'דארף עפעס באווארענען, ווארום אין ביידע ערטער האט מען געזאגט דעם זעלבן נוסח.

30בשעת ס'קומט זיין חשון, וואס לכאורה איז דאך דאס א ירור אויף דער אחדות שביניהם, קומט צוגיין דער בית-דין און איז מאשר, אז דאס איז לכתחילה גאר געווען אין בית-דין, אז קא סלקא-דעתך מיט א הלכה חזקה, אז ס'איז גאר ניטא אין דער הלכה גופא קיין חילוק,

31און דאס וואס מ'האט יא געמאכט דעם חילוק איז מצד א טעם וואס ער איז אצדדי בנוגע לעיקר הענינים מצד המנהג וכיוצא בזה.

32וואס דא קומט גלייך ארויס נאכאמאל די הדגשה, פון אחדות ישראל, וואס דאס איז נאך מערער פון אהבת ישראל, ביז אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט בקשת צרכיו, ווי דער אלטער רבי אליין איז מסביר שאלת גשמים איז דאך דאס בקשת צרכיו ניט קיין ענין פון איסור והיתר,

33במילא דארף מען זען אין וואס איז דא בקשת צרכים און אין וואס באשטייען זיין צרכים אין דעם מקום און אין דעם זמן וואו ער געפינט זיך.

34מ'גייט ניט נאך א יחיד דארף מען אבער גיין לאחרי הרבים אף על פי כן איז דא מודגש דער ענין פון אחדות ישראל.

35וואס דאס איז אויך פארבונדן מיטן טעם כמוזכר לעיל, אז יגיע אחרון, אין ארץ ישראל גופא, ביז דעם קצה הכי ”רחוק אין גבול ארץ ישראל” פון בית המקדש, איז דא אויך מודגש, אז אף על פי וואס ער האט יוצא-געווען מירושלים ובית המקדש, און מ'איז זיך פאנאנדערגעגאנגען אין די ארבד רוחות פון ירושלים.

36ס'איז געווען אזוינע וואס זיינען געגאנגען אין איין ריכטונג, א צווייטע ריכטונג, א דריטע ריכטונג און א דער עכטער ריכטונג, און אט די אלע ווערן נתאחד ביז אין תפילה בפועל, אין זייער תפילת מעריב פון ז' חשון שטייט דאס בגלוי אז מ'באווארנט אן אחרון שבישראל,

37און מ'באווארנט אים, איז ניט אין אן ענין וואס דאס איז א חיוני און ס'איז פיקוח נפש ממש.

38כדי ער זאל האבן א לייכטן גיין אין וועג, און ס'זאל ניט דורכגענעצט ווערן אט דער וואס לעבט דער ”אחרון שבי ישוב ארץ ישראל” איז אלע אידן אין גאנצע ארץ-ישראל, אנהויבנדיק פון די אידן וואס לעבן אין ירושלים, און די וואס לעבן על הגבול, אבער אין גבול הקרוב,

39ווארטן ביז וואנענט אט דער וואס אחרון שבישראל וועט באווארנט ווערן, ניט נאר אין ענינים פון פיקוח-נפש ממש, אדער הכרח גמור, כדי ניט דורכגענעצט ווערן בהליכתו בדרך, אפילו ניט דעם לעצטן טאג ווען ער גייט אין וועג.

40און אויף דערויף ווארטן מיט זייער תפילה, א בקשת רחב ממש.

41ווי ער איז מאריך אין שולחן ערוך, אז אין ארץ ישראל דארף מען האבן די גשמים, כדי זיין שדה און זיין כרם, וואס געפינט זיך ניט אויפן הר פרת,

42נאר געפינט זיך אין אן ארטן ארט זאל געבן תבואה ופירות, די שדה וכרם, כל אחד ואחד זיין תבואה און זיינע פירות האלט ער אפ בעטן פאר זיך דברים וואס ”לחם לבב אנוש יסעד”.

43ער דארף האבן דעם לחם פון זיין שדה, וואס געפינט זיך בסמיכות מקום צו ירושלים, און כדי דער לחם זאל ער באקומען בעתו ובזמן אז ס'וועט אויסוואקסן, און ס'זאל זיין אין אן אופן פון גאנצן לחם,

44וואס דעמאלט איז ”לחם לבב אנוש יסעד” כדרוש זאגט ער דאך אפ פון בעטן אט די צרכים כדי דער לעצטער שבישראל זאל האבן א לייכטן וועג און ס'זאל קומען לתחת גפנו 'ותחת טאנתו'.

45און אט דאס ווערט א הלכה פסוקה, במילא על אחת כמה וכמה אויב דאס איז אין אן ענין פון בקשת צרכיו, וואס דאס איז א מצות עשה מן התורה, אז בשעת א איד האט צרכים דארף ער בעטן ביים אויבערשטן,

46דערנאך איז דא א צווייטער ציווי אין תורה, ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אויך אראפ אין חלק שישי פון שולחן ערוך שלו, ווי מ'האט דאס מחלק געווען דערנאך, אז א איד טאר זיך ניט מצער זיין.

47ניט נאר ער טאר ניט מצער זיין זיין נשמה, איז ”מאי קא משמע לן”, א איד האט דאך אבער אויך א גוף, קען ער דאך טראכטן די נשמה, ווייס ער די טייערקייט פון א נשמה, טאר ער ניט מצער זי א גוף איז דאך א 'דבר גשמי' וחומרי, איז וואס אזוי די געוואלד, ער וועט דאס מצער זיין?!

48ברענגט דער אלטער רבי אראפ אלס א הלכה וואס שטייט אין פוסקים שלפניו, אז מ'זאל וויסן זיין, אז א אידישער גוף איז דאס איז נכסיו של הקב"ה דאס איז אן אייגענטום וואס געהערט צו דעם אויבערשטן, און אז ער רירט-אן אט דעם אייגענטום ניט ברוחניות, ער ריגט אן דעם גוף בנוגע בריאות.

49און דאס רעדט זיך ניט דוקא פון אויף שוואכן מענטשן אט ווער ס'זאל ניט זיין, אז דער דיבור שבגבירה, און דער גוף האט דאך זיך זיינע צרכים,

50איז זולל וסובו איז א איתן מן התורה, אבער צרכי הגוף זאגט דער אלטער רבי, אט דאס איז זיין לשון, גענומען פון ראשונים, אז דאס איז נכסיו של הקב"ה,

51ער איז א בעל-הבית אויף דערויף כדי דערמיט דינען דעם אויבערשטן, בדוגמא ווי ער ווערט א בעל-הבית אויף דער גאנצער וועלט דורך דערויף וואס ער דינט דעם אויבערשטן, אבער אויף מצער-זיין מחצה של הקב"ה ער דארף גאר ניט מאריך זיין פארוואס דאס איז מושלח בתכלית.

52אויב דאס איז א זאך וואס איז פארבונדן מיט א נשמה, וואס דאס איז א תניא של יראת שמים וכיוצא בזה, איז דאך דאס ניט קיין ענין של צער, דאס איז גאר אן ענין של הנהר,

53ס'איז צער קטן של הגוף בשביל הנאה גדולה של הנשמה, אויב אבער דאס איז אן ענין של צער טאר מען ניט מצער זיין.

54און מ'זאגט דעם טעם, ניט דערפאר ס'איז א 'גזירת הכתוב', און ניט דערפאר וואס דאס איז עפעס א קטנות, דאס איז א זאך וואס ער איז מצייע נכסיו של הקב"ה, דערביי בלייבט נאך אבער אלס א מאמר המוסגר די קששה הכי פשוטה.

55וויבאלד אז מ'זאגט א בקשה צרכה ווי דאס איז א מצות-עשה מן התורה, און ס'איז א מצות-עשה ושמרתם מעגלי נפשותיכם אויף ניט מסייע זיין דעם גוף, איז ווי מעג מען דאס איינהאלטן פון בעטן גשמים פאר די שדות וכורמים וואס זיי זיינען בסמיכות אין ירושלים כדי צו באווארען אן אחרון שבישראל?

56דאס קומט דאך אויס, אז אין דערויף איז א דבר ודאי, ביי אים איז דאס א צער, דאס איז ודאי, און ווי ער זאגט אליין אין שולחן ערוך, ס'איז א דבר ודאי, אז די שדות דארפן האבן די גשמים, כדי במשך הזמן זאלן זיי האבן לחם לחם,

57ועל דרך זה בנוגע צו די כרמים.

58דערנאך ווערט אריין א ספק, וואס טוט זיך מיטן אחרון שב ישראל?!

59ס'קען גאר זיין אז אחרון שב ישראל איז גאר ניט עולה לרגל געווען, ס'קען זיין מישן לקרקן עולה לרגל מיט נאך כמה גדרים פארוואס מ'איז ניט עולה לרגל על פי תורה איז מען קרפטי דערפון,

60דאס איז אבער א דבר ווארער, אז דא שייט צרכיו, און ווי ער זאגט אין דער זעלבער הלכה אין שולחן ערוך, און ס'איז א מצות עשה מן התורה אז ער זאל דאס בעטן,

61און דערנאך זאגט מען נין ניט נאר ער דארף ניט בעטן ער טאר גאר ניט בעטן, ס'ווערט א גאנצע שאלה אויב ער האט געבעטן שלא בזמני גשמים צי איז ער יוצא ווי די תפילה, אדער דארף דאס באווארענען, אדער משלים זיין וכו' וכו.'

62וואס לכאורה דארף דאך דאס האבן א הסברה אין הלכה, טאקע אהבת ישראל און אחדות ישראל וכל הענינים, אבער אויך זיין א מצות עשה ואין התורה דארף מען האבן א מצות דבר ברור מיט א דבר הלכה, און אפגע'פסק'לט אין שולחן ערוך וכו וואו שטייט אין שולחן ערוך מוז מען זאגן דער ביאור בזה,

63אז וויבאלד אז ער איז דורכגענומען מיט אהבת ישראל און אחדות ישראל כדרוש, קען ניט זיין אז דאס זאל זיין צרכיו אים זאל איינגעיין רחמנא ליצלן, דאס וואס ס'רעגנט אין זיין פעלד, און דערפון וועט ער ”האבן לחם בשעת” ביי אים פאלט איין א ספק, אז אפשר דורך דערויף איז דורכגענעצט געווארן אן ”אחרון שבישראל מן” חודש חשון בששי בחשון.

64און וויבאלד אז דאס ווערט אויס צרכיו, איז ניטא דער גאנצער ענין פון מצות עשה, וואס אויף דערויף האט מען געגעבן א אידן בעלי-ב טיישקייט, צי ער זאל פילן די אז דאס איז צרכים שלו ער ניט פילן אויף דערויף איז ער בעל-הבית, מצער זיין דעם גוף טאר ער ניט.

65דער גוף ששה בחשון, האט סיי-ווי סעיני דעם לחם, ער ווייס אז ער וועט דאס האבן בשעת ס'וועט איצטערגיין גשם, דערנאך וועט גיין א צווייטער גשם וכו איז דערנאך לאחרי כחדשים וועט אויסוואקסן דער לחם, במילא ס'איז א ענין שבשכל והסברה וברגש הלב,

66פסק'נט אפ תורה אלס א דבר ברור, אז וויבאלד אז א איד וועט זיך דערוויסן, אז ס'איז דא אן אחרון שבישראל וואס קען זיין ער האט ער לרגל געווען, און קען זיין אז ער איז געגאנגען על דרך הרגיל,

67און קען זיין אז ער האט א שדה וכרם וכו' וכו איז א ספק ער וועט דורכגענעצט ווערן ווערט ביי אים בטל די צורך, ווערט ביי אים בטל דער גאנצער רצון און די גאנצע מחשבה אז ער וויל אז ביי אים זאל רעגענען אין זיין שדה און אין זיין קרן.

68וואס דאס איז א פי הלכה, בשעת א איד האט צרכים, ביז אפילו אין א ענין של תענית, וואס אויף דערויף זאגט מען, ער טאר ניט מצער זיין ”אין חצף של” הקב"ה, ווערט אפגע'פסק'נט אין הלכות שבת, אז אויב ער ווייס אז על פי הלכה דארף ער פאסטן און ניט עסן,

69אט דעמאלט איז אפילו בשבת איז דאס אן ענין של תענוג, ווארום זיין וויסן מאכט-איבער זיין תאוה לאכילה, ניט תאוה היפך הלכה, תאוה על פי הלכה מאכט-איבער אט די תאוה אין אן עונג דערפון וואס ער פאסט.

70בשעת ער פאסט קען ער ניט בעטן מ'דארף דעמאלט צרכים, בשעת זיינע צרכים איז אויף ניט האבן דעם לחם בשדה שלו.

71סיידן ער וועט אפווארטן און דער ערשטער גשם וועט אנהויבן גיין בז' חשון.

72וואס דאס איז מדגיש נאך א ענין, אז דאס איז אפגעגעבן געווארן ביכלתו של כל אחד.

73לכאורה, מ'קומט צו אים צוגיין און מ'זאגט אז ער זאל זיך איינהאלטן עטלעכע וואכן, און ער זאל ניט טראכן אז ער נויטיקט זיך אין דעם, און ער גייט ארויס און גיט א קוק אז דאס וועט זיין א שדה און זיין א כרם, און דער ניט-איד וואס לעבן אים האט ער דארטן געאקערט און געזייעט און געגאסן מיט די הענט, דערפאר וואס ס'איז ניטא קיין גשם.

74זעט ער דאך, אז גשם אין ארץ-ישראל איז דארף דאס האבן אין טבע הארץ, אז ניט וואלט דער ניט-איד זיך ניט מטריח געווען, איז וואו איז דא די זיכערקייט און מ'נעמט פון אים אראף דעם קיום המצוות עשה

75אויף ניט מצער זיין הכסף של הקב"ה און מבכש זיין צרכיו, דערפאר וואס ער איז ביי אים ניט צרכים פסק'נט אפ שולחן-ערוך, אז ”כל ישראל בחצכות כשרות” השם ”ועמך כולם צדיקים”.

76ס'איז דא אזעלכע וואס ווייסן יא אדער ווייסן ניט, במילא שטייט אין שולחן-ערוך, און מ'איז מודיע יעדער אידן און די וואס קוקן ניט אריין אין שולחן-ערוך, איז דער וואס קוקט אריין און דערוויסט זיך דערפון איז גיט ער דאס זיכער איבער צו די אלע וואס ס'איז נוגע, אז דער דרך ארץ,

77דער טבע פון ארץ-ישראל איז, אז ס'קען זיין ניט על הראש, ס'איז אחרון שבישראל, און דאס גופא איז גאר א ספק, איז וויבאלד אבער אז ס'קען זיין, און ס'איז א ספק-ספק'א וכו,'

78איז א זיכערע זאך, אז מ'וועט דאס דערציילן צו ”עמך כולם צדיקים” וועט ביי זיי בטל ווערן דער רצון, אז ס'זאל גיין א גשם אין זיין כרם ושדה וואס געפינט זיך לעבן ירושלים,

79ועד כדי כך, אז ער וועט מתפלל זיין תפילתו, און מ'האט אים אנגעזאגט כך וכך, ווייס ער, און מתפלל תפילתו בששי בחשון, און זאגט ותן ברכה בשעת אין זיין סידור איז אפגעדרוקט בא דער זייט, אז אויף מארגן וועט ער זאגן ”ותן תלו מטר” לברכה און פארוואס בעט ער ניט?

80”תלו מטר לברכה” בששי בחשון דערפאר וואס דאס איז ניט זיין צרכים, ער נויטיקט זיך ניט אין דעם דאס וועט אים מצער זיין ”על הספק וספק” ספיקין.

81און די זאך איז זיכער עד כדי כך, אז דאס נעמט פון אים אראפ דעם קיום פון מצות-עשה, אז אויף יעדער צורח וואס ער האט דארף ער מתפלל זיין להקב"ה בשעת ס'קומט דער צורח.

82אט דאס איז דער ענין פון מצות-עשה. ניט אז ער האט א צורח היינט, דערפאר וועט ער מתפלל זיין לאחר זמן ניט דאס איז די מצות-עשה.

83מצות-עשה, די ידיעה כפשוטה איז, און בהלכה, אז בשעת ס'קומט דער זמן וואס ער האט אט דעם צורך אט דעמאלט דארף ער זיין מתפלל להקב ווי פארשטאנדיק בפשטות אין התחלה פון הלכות תפילה פון רמב"ם.

84און וויבאלד אז יעדער אידן האט מען געגעבן דעם כח ולכלת ורשות, ניט נאר ער זאל בא זיך אזוי מחליט זיין, נאר דאס זאל דורכנעמען זיין געפיל און זיין רגש, אין וואס ס'באשטייט זיין צורך פון זיין גוף איז דאך מערניט וואס מ'דארף צורירן זיך מיט אן ”אצבע קטנה”, אז דער ענין פון אחדות ישראל זאל ביי אים אראפקומען בגלוי,

85ובפרט אין די ענינים וואס ס'איז גארניט פארבונדן מיט צרכי שדה וכרן וכו וואס דאס איז דאך אן ענין עיקרי אין פרנסת האדם, אדם חירש און אדם זורע, ביז ס'וועט קומען משיח, וואס דעמאלט וועט אויך זיין א ענין עיקרי, דאס וועט ער וועט אפגעטאן ווערן על ידי עמדו זרים ורוצים,

86”מלאכתו נעשות על ידי אחרים”, אבער ביז דעמאלט איז דאס א ענין עיקרי.

87וואס דא קומט גלייך די הלכה בהנוגע למעשה ומעשה הוא העיקר די הדגשה נאכאמאל דער ענין פון אחדות ישראל, וואס דאס איז דער תכלית און שלימות אין אהבת ישראל,

88ובפרט נאך אז מ'קומט פון חודש תשרי, וואס דעמאלט איז דאך בכלל וואו אידן זאלן זיך ניט געפינען טרעפן זיי זיך מרובה במועדות, טרעפן זיך גאר א סך מאל, ביז אין א ריבוי זמנים, בבית הכנסת, ובמילא האט מען אויך דארטן די שיעורים בתורה אויך בבית המדרש, דערנאך אז מ'גייט אריין אין חודש חשון,

89און מ'גייט אינגאנצן ארויס פון חודש תשרי, וואס דאס איז דאך בשבעה בחשון, ווי אראפגעבראכט פון לשון השך וכו,' אז בשעת מ'פסק'נט אפ אויך איצטער, און ”אפילו בחוץ לארץ”, אז אויב ס'שטייט אין א שטר אחר הרגל איז ווען איז דאס דער זמן?

90איז דאס דער זמן אנהויבנדיק פון זיין חשון.

91וואס דאס איז דער ”דין כל מקום” וואו מ'רעדט אויף לשון-קודש און מ'שרייבט אחר הרגל מיינט מען דער רגל ווי ער איז אין ארץ-ישראל, איז סיי אין ארץ און סיי אין חוץ-לארץ, איז אחר הרגל וואס מ'שרייבט איצטער אין א שטר מיינט מען דאס שבעה בחשון,

92א דבר וואס איז דער ענין פון מעשיך און דרכיך ס'האט א שייכות צו דיני ממונות, צו געבן א מתנה אדער געבן א גמילות חסד וכיוצא בזה, און ער האט אריינגעשריבן דעם לשון אחר הרגל ווערט דאס מצד אחדות ישראל גלייך אפגעטייטשט,

93אז דער פשט אין לשון בני אדם אחר הרגל איז אין לשון בני אדם, איז דער טייטש אין דערויף איז, במילא ווערט אזוי דער דין בהנוגע צום תוכן השטר, אין דין איז דער ממונה איז דער טייטש דערפון ז' חשם, ווארום ביז דעמאלט איז מען נאך ניט אחר הרגל.

94וואס דאס גיט נאך א הוראה בנוגע למעשה בפועל, אז אף על פי וואס ער איז שוין ארויס פון מועד האחרון פון תשרי פון שנת תשמי וו אס דאס איז 'שמחת תורה',

95נאכמערער ער איז ארויס פון דעם גאנצן חודש וואס ער איז מרובה מועדות, און ארויס וואס דאס איז ניכר אין זיין תפילה, ניט נאר אין זיינע שטרות, וואס דאס איז דאך א רשות, במילא איז ניט אויף אזויפיל בדיוק, אין זיינע תפילות איז דאס שוין ניכר, אז ס'איז ניט א טאג וואס ער געפינט זיך אין החודש וואס ער איז רובם מומועדות,

96איז דאס שוין ניכר, ער האט שוין אנגעהויבן זאגן תחנון.

97אף על פי כן, בנוגע צו אחדות ישראל, איז אויב נאר ער געדענקט, אז ס'איז געווען א רגל אין חודש תשרי, און ס'איז דאך גאר ניט שייך זאגן, אז ער געדענקט ניט געדענקע איז ניט שייך זאגן אויף א זאך וואס דאס ביי אים ליגט נאך אויפן טיש שיריים פון שמחת-תורה,

98אדער שיריים גשמיים, אדער שיריים ברוחניות, ער דערמאנט זיך ווי אזוי ער האט געטאן שמחת-תורה, אדער אלה תורה געווען אין שמחת-תורה וכיוצא בזה,

99און דערמאנט זיך דאס ניט סתם פון יוצא-וועגן ער דערמאנט זיך מיט א בענקעניש וואו איז דער מעמד ומצב אין וועלכע ער איז גשטאנען בשמחת תורה ווען ער האט עולה געווען לתורה וואס זי איז געווען שמחה בישראל און ער איז געווען שמח בתורה.

100א זכרון וואס איז פארבונדן מיט בענקעניש, איז דאס ניט נאר נזכרון ונעשים נאר ס'ווערט די א סיום מתוך תענוג די שביעות רצון פון דער נתאוה פון די בענקעניש.

101ווערט דערפון נאך א הוראה בהנוגע למעשה בפועל, בהנוגע לכל אחד ואחת בפני עצמו, אז אבי ששה בחשון דארף מען געדענקען 'שמחת תורה' ”מאי קא משמע לן”,

102אפילו לאחר ששה בחשון דארף ער געדענקען אז דאס איז לאחר הרגל, אז דאס איז פארבונדן מיטן רגל און וועלכן רגל?

103דער רגל פון 'שמחת תורה', במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז די זכרון זיינער און דער תענוג זיינער און די עשי' שלו זיינען דורכגענומען מיט שמחה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון 'שמחת תורה', וכידוע די תורה, הוראה די שיחה פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער,

104אז די ימים-טובים פון תשרי זיינען ימים-טובים כלליים, און יעדער פון זיי איז משפיע ”מענינו בכל השנה” כולה, און דער ענין פון שמחת-תורה איז אויף משפיע זיין שמחה בכל השנה כולה,

105במילא איז דאס א זאך וואס ער זאגט, אז זיין חשון איז ניט דער פשט ער איז אוועקגעגאנגען פון רגל אט דאס איז ביי אים מדגיש און דערמאנט אים, ער זאל וויסן זיין, אז דאס איז א טאג וואס ער איז לאחרי הרגל, וואס דאס גופא פארבינדט אים מיטן רגל, און פארבינדט אים עד כדי אמירה ועד כדי כתיבה.

106עאכו"כ אז דאס פארבינדט אים און דערמאנט אים, אז פון 'שמחת תורה' משמחתה דארף ער ממשיך זיין אין תורה ומצוותי' אין ז' חשון און אין ח' חשון וכל השנה כולה, און דאס גייט צוזאמען מיט ”ישמח הוי' במעשה” כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה,

107וואס ער איז מבאר בארוכה אין לקוטי תורה, אז מ'זאגט אין דעם רגל בשמחת תורה זאגט מען ”זמן שמחתנו לשון רבים”, דערפאר וואס דאס מיינט מען ”ישמח ישראל בעושיו”, צוזאמען מיט ”ישמח הוי' במעשיו”, וואס דאס איז נאכמערער מגדיל די עשי' שלו, און זיין פארבונדן מיטן רגל פון 'שמחת תורה',

108און זיין שמחה ”בכל מעשיך ובכל” דרכיך ווארום דאס ווערט ביי מעשיך וערן לו ”שם שמים”, און דאך העכער ווערן דרכים דורך וועלכן ס'איז דעהו דעם אויבערשטן,

109ביז אין ”אמיתת המצאו” ווערט דאס ביי אים דעמאלט בגלוי, און אין אן אופן פון מוסיף והולך ואור, און משפיע ”בזה, עם כל” הסביבה כולה, אנהויבנדיק פון די הסמוכים עליו בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו,

110און דורך זיי צו יעדער אידן און צו אלע אידן בכל קצוי תבל, ביז וואנענט אז דאס איז נאכמער ממהר דעם 'קהל גדול יבואו הנם' ווארום זיי ווערן אלע פארבונדן מיט אן ענין פון תורה ומצוותי און אין אן אופן של שמחה וואס דאס איז פורץ כל הגדרים והמחיצות וההבדלות שבין אחד לאחת, און ס'ווערט בפועל, ווי ”המעשה הוא העיקר”,

111ווערט במעשה בפועל די גאולה האמיתית, אז ס'איז בטל די סיבה פון ”גלינו מארצנו” ווערט בדרך ממילא וברגעך דער בטל דער מסובב דער ענין וואס ”גלינו מארצנו”,

112און מ'שטייט דער 'קהל גדול יבואו הנה' אין די ארץ ישראל, לארץ אשר תמור ידינו ”הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, כולל לירחיב הוי'” סגולך און דארטן גופא אין ירושלים ”קרית מלך רב” איר שחוברה לה יחדיו און דארטן גופא אין הר הקודש און בית ”הקודש, אין מקדש אדנ' כוננו ידיך”,

113ובמהרה בימינו ”ממש, בעגלא דידן ממש”.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions