Paragraph
Paragraph rh-n2bwv1yz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wnt24psv
- order
- gl
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מסויים ובזמן מסויים, האט מען אויף דערויף דעם כלל, אז דאס איז א הוראה נצחית בכל זמן ובכל מקום. ס'איז דא מקומות וואס דארט איז דאס במחשבה, און דא מקומות וואס דאס איז דארט בדיבור, און דארט מקומות וואס דאס איז דארט במעשה, אבער אומעטום זיינען דא די אלע פרטים, בדוגמא ווי מעשה הקרבנות, וואס דאס איז דאך עיקר עבודת האדם, אדם איז באשאפן געווארן אז ס'זאל זיין כי יקריב מכם איז די מעשה הקרבנות איז דא געווען זמנים וואס איז געווען דוקא במעשה בפועל, דערנאך איז געווארן דער ענין פון תפילות, דער מקום קרבנות תקנום, און מעשה איז ניט איצטער דער זמן, במילא ווערט דאס א דבר מיוסב אן איבעריקע זאך ביי אידן, אן איבעריקע זאך ביי אידן, איז כל יתר כנארטל דמי ווערט דאס א דבר האסור, און סיי תפילה און סיי קרבנות האבן דאך אין זיך דעם ענין עיקרי, דער ענין המחשבה והכוונה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך כמדובר לעיל, אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס האבן געדאג'ט וואס וועט זיין אז ס'קומט אן א בריוו און ס'פארהאלט זיך דער ענטפער, און ער ווייס ניט וואס צו טאן האט מען מציע געווען, כאמור לעיל, מיט א חודש און מערער צוריק, ווי אזוי מ'קען זיך אליין געפינען דעם ענטפער, אדער בסיוע פון דעם בית-דין שבעירו דוקא, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות און ער איז דער מרא דאתרא, אדער על כל פנים דער רב שבעירו ובשכונתו, על דרך זה אויך בהנוגע צו עניני בריאות ורפו ירפו, און שאר הענינים ותשועה ברוביות, כמוזכר לעיל.
- proofread
- 0