פסקה
פסקה rh-n1v40r0r
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a3ez4nre
- order
- HR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אט דעמאלט לייגט זיך צוזאמען די מצוות, ווי אין אן ארמיי, אז ס'לייגט זיך צוזאמען די אנשטרענגונג פון יעדער סאלדזשער מיט די אלע איבעריקע סאלדזשעס ווערט דאס דעמאלט אן ארמיי וואס זי איז מנצח אלע מלחמות, אנהויבנדיק פון דער מלחמה פון יצר-הרע, עד כדי כך ביז אין אזא אופן, אז מ'דארף גאר ניט אנקומען צו א מלחמה, אז דער יצר הרע דערזעט פון ווייטן, ווי אזוי ער האט תשובה-געטאן און ווי אזוי ער פירט זיך אויף פון איצט אן אין ווייטער האט ער מורא מלכתחילה גאר צוגיין צו אים, און ער האט פון אים מלכתחילה ניט קיינע שוועריקייטן, דערפאר וואס דער יצר הרע אנטלויפט פון אים, ניט חס ושלום אויף אן אנדער אופן. און אין די אלע זאכן איז מען אויך זכר, ווי דערמאנט בא יעדער כנס, ובמיוחד אין דעם כנס וואס איז פארבונדן מיט אזא מין אורך ווי יוסף הצדיק, וואס ער איז דער אושפיז, און וועגן אים רעדט זיך אין חומש פון דעם חלק פון חומש פון דער סדרה אין דעם חלק פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז א יום השלישי שהוכפל בו כי טוב צוויי מאל טוב, און דאס גיט דאך יעדער רגע פון טאג, אפילו ווען דער אנהויבס פון טאג האט ניט געווען ווי ס'דארף-צו-זיין, איז יעדער נייער רגע פון טאג איז דאס ווייטער א רגע פון טוב לשמים וטוב לבריות, און ווייטער א רגע וואס יוסף הצדיק איז זיין און שפיעא איז זיין אורח, און ווייטער א רגע ווען ס'ווערט מקויים, יגעת איז א זיכערע זאך ומצאת, ווארום אויב מ'זאגט לימוד דאס איז ל טעמי ס'קען ניט זיין אזא מין זאך, ס'איז א זיכערע זאך אז ער וועט געפינען אלץ וואס ער וויל געפינען, וואס ער הארעוועט אויף דעם, וועט ער דאס געפינען אין דער פולסטער מאס. און דאס וועט אויך נאכמערער צוהיילן, ווי געזאגט און דערמאנט מערערע מאל, אז פון חג הסוכות דערמאנט דאס אויך אויף סוכת אורות של לביתן אויף דעם שכר
- proofread
- 0