עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

27 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי בר-מצוות. זאל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדערע פון די בר-ער מצוה,

2מיט זייערע עלטערן און פאטערס און מוטערס און ברידער און שוועסטער און אלע קרובים, אין אלעמען וואס מ'נויטיקט זיך צום אלעם ערשטן, אז בשעת מ'ווערט א בר-מצוה ווערט מען דאך א בר-דעת,

3א מחוייב בתורה ומצוותי גיט אים דער אויבערשטער די אלע זאכן וואס ס'איז נויטיק ער זאל קענען לערנען תורה און מקיים זיין ”מצוות בשמחה ובטוב לבב”, און דורך דערויף האבן דעם לעסטן גליק וואס ס'קען זיין אויספירן דעם אויבערשטן'ס רצון דא אין 'עולם הזה' התחתון,

4ביז אז דער אויבערשטער זאגט אז ”נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"”, אז ער פארשאפט אויף פארגעניגן דעם אויבערשטן דורך דעם וואס ער איז מקיים א מצוה, צי דאס איז לערנען תורה אדער מקיים-זיין אן אנדער מצוה,

5בעולם הזה התחתון, ובפרט נאך ווען ער טוט דאס מצמחה וטוב לבב, און במיוחד ווען ער טוט דאס מיט חסיד'ישע ווארעמקייט און חסיד'ישע ליכטיקייט, ווי דער אלטער רבי האט דאס געלערנט און האט גלייך געשריבן אין דעם שער-בלעטל פון ספר התניא,

6אז דאס איז ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” אז צו יעדערן איז דאס נאהנט, און ניט סתם נאהנט, נאר מאוד גאר שטארק נאהנט,

7אויף רעדן אין 'לימוד התורה' בפיך ובלבבך צו טראכטן אלץ וואס מ'דארף טראכטן אין ענינים פארבונדן מיט אידישקייט, פארבונדן מיט מחשבה, ולעשותי ”אין המעשה הוא” העיקר איז מקיים זיין די מצוות במעשה בפועל.

8ואשרי חלקה וגדול זכותם פון דעם פאטער און פון דער מוטער, וואס זיי האבן ערצויגן קינדער זוכה געווען אין ברענגען א נשמה בגוף דא למטה, וואס דערנאך ווערט דאס א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, און א שליח פון דעם אויבערשטן אויף לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”,

9און זיי האבן מקיים געווען די הייליקע שליחות, 'בשמחה ובטוב' לבב, צו ערציען אידישע קינדער אין אזא מין אופן, און דורך דערויף ברענגען נאכמערער שלימות אין דעם גאנצן אידישן פאלק, און דורך דעם אין דער גאנצער וועלט, וואס בראשית,

10בצביל ”ישראל שנקראו ראשית” איז באשאפן געווארן די אלע די גאנצע וועלט און אלע וועלטן, ”את השמים ואת הארץ” ברבות צבאיהם און האבן דאס געטאן מתוך שמחה וטוב לבב.

11און האבן געבראכט די קינדער ביז צו דעם גיל, צו דעם אלטער, וואס זיי זיינען שוין אויך לומדי תורה און מקיימא מצוה געווארן בר-מצוה אדער בת-מצוה.

12און ויהי רצון, אז דער זכות זאל מוסיף-זיין נאכמערער צו די אלע זכיות וואס ס'האבן די פאטערס און די מוטערס און די קרובים און דער גאנצער אידישער פאלק,

13וואס העלפט ארויס איינעם דעם צווייטן אין אלע ענינים פון גוטסקייט און פון אידישקייט און פון תורה ומצוות, אויף מאכן פון זיי אלעמען א ”קהל גדול” איין און איינציקן פאלק, דורך אהבת ישראל, וואס קומט ביז אין א צושטאנד פון אחדות ישראל, וואס דורך דערויף וועט דאך ווערן פאראיינציקט אלע כחות פון אלע אידן צוזאמען,

14און ס'ווערט בטל אינגאנצן דער גלות, און ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה.

15ובפרט נאך אז מ'האט באקומען אויף דערויף כוחות במיוחד פון חג הגאולה, פון 'חג החגים', פון יו ט' כסלו, פון וועלכן מ'קומען איצטער.

16און מ'שטייט דאך ערב חנוכה, וואס חנוכה דערמאנט זיך אויף דעם נס וואס איז געווען בבית המקדש אמאל, דערביי זאגט מען אבער אין דער ברכה, אז דאס איז געווען ”בימים ההם בזמן” הזה,

17אז יעדער יאר אז ס'קומט די צייט אין יאר איז דאס א זמן סגולה און ימים זכאים אז מ'זאל דאס זען אויך אין אן אופן אז ווי די מנורה ווערט אנגעצונדן אין בית-המקדש, צוזאמען מיט ”וידליקו נרות בחצרית קדשך”,

18און די מצוות וואס ווערן צוגעגעבן דורך די נייע ”בראה מצוה אין” טאג-טעגלעכן לעבן, דורך 'לימוד התורה' זייערן און 'קיום המצוה' זייערן,

19וואס דאס איז נאכמער מעורר זייערע עלטערן און אלע קרובים, אז זיי זאלן אויך נאך מוסיף זיין ווי די נרות חנוכה אין ”נר מצוה ותורה אור”, איז דאס נאכמערער מוסיף אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלעמען וואס מ'נויטיקט זיך, סיי בגשמיות סיי ברוחניות,

20אנהויבנדיק פון אמת'ן אידישן חסידישן אחת, פון די ברעי מצוה און פון יעדער קינד און פון אלע קינדער, און צוזאמען מיט אלע ברכות, ווי דערמאנט פריער, אין אלע אותיות פון דעם אלף-בי,"' און אין דער ברכה העיקרית אז שנת גאולה במהרה בימינו ממש.

21און כדי נאך מוסיף זיין און נעמען איינטייל אין יעדער בר-מצוה שמחה, וואס דאס איז דאך אויך א שמחה פון 'כלל ישראל', וועלן אויך געבן יעדערן פון אייך צו א דאלאר אלס א שליחות-מצוה אין אן ענין פון צדקה, און צוזאמען דערמיט אויך מוריד זיין אויפן מנהג טוב,

22אז א בר-מצוה אדער א בת-מצוה אין דעם טאג פון זייער שמחה זאלן זיי געבן פון אייגענע געלט אויף צדקה, אויב דאס קומט אויס שבת זאל מען דאס טאן סיי ערב שבת און סיי דעם טאג וואס נאך שבת,

23צוזאמען מיט אפלערנען דעם מזמור יד אין תהלים, וויבאלד אז ס'ענדיקט זיך דרייצן יאר, און ס'הויבט זיך אן דער פערצנטער יאר, און די אלע זאכן זאלן נאכמערער מוסיף זיין אז ס'זאל קומען אין גיכן ממש דוד מלכא משיחא,

24וואס ער איז דאך דער ”נעים זמירות ישראל” פון ספר התהילים, און צוזאמען מיט יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז און 'כלל ישראל', וועלן אלע גיין לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה”,

25בראשית השנה 'ועד אחרית שנה' דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש און אין הר הבית און א בית המקדש, איז ”מקדש אדנ' כוננו ידיך"”, ומתוך שמחה וטוב לבב.

26איז די נייע שניים, דער ענין פארשטאנדיק

27פון דעם במצוות.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions