English
ספרייה
kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ועד דרך זה איז אויך בנוגע ללילה זו, וואס דאס איז די לילה מחמשה עשר בסיון, וואס דאס האט דאך א התחלה מיוחדה אין חיים פון נשיא דורנו, אף על פי וואס בשעת א התחלה האט מען זיך נאך ניט פאנאנדערגעקליבן וואס איז דא די כוונה און וואס איז דא דער תוכן וכו עד כדי כך, אז מ'האט געזען מערניט ווי דעם צד השלילי בזה, ס'האט זיך אבער דערנאך ארויסגעוויזן, אז דערפון איז אויסגעוואקסן א ישועה גדולה, כפי שיתבאר לקמן. אף על פי וואס ס'בלייבט נאך אלץ די שאלה, לכאורה האט געקענט זיין די ישועה גדולה ניט דארפנדיק אנקומען צו די ענינים וואס בשעת מעשה ולעיני בשר איז געווען פונקט דער היפך פון א ענין של ישועה. און דאס איז, וואס כמדובר, וואס אין דער לילה, עולה לחמשה עשר בסיום, אין שנת פרזות תרפז איז אט דעמאלט געווען דער מאסר פון נשיא דורנו, דער מאסר הידוע, וואס כאמור, בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי דעם ענין הבלתי-רצוי בזה, אויף ניט נוצן קיין שאפערן ווארט, דערנאך האט זיך אבער אויסגעוויזן בסופו של ענין, אז דאס איז געגעבן דערנאך די מעגלעכקייט אז ער האט געקענט ארויספארן אין אן אופן און אין א סדר חיים, אז ער זאל זיך קענען פירן בכל עניניו, אנהויבנדיק פון עיקר עניניו, וואס דאס איז הפצת המעיינות בתוכי היהדות, הפצת המעיינות בתוכי
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים