עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-mye3t7c1

kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}
content
מ'איז דאך אלעמאל מכריז בנוגע צו דעם סדר, און מ'וועט מען אויך מכריז זיין, וויבאלד אז קיינער ווייס איך ניט דעם סדר, האב ער דאך קיין ברירה ניט, דארף איך דאס אליין מכריז זיין, אז איצטער וועט מען מסיים-זיין די התוועדות און מסיים-זיין בדבר טוב, אויף נאכאמאל איבער'חזר'ן אין טוב אלא תורה, אז זיכער וועט מען גלייך מחליט זיין החלטות טובות ברוב עם, אין אן אופן ווי ער איז מבאר אין קונטרס החלצו אויף צוזאמענקלייבן זיך כמה ביחד, און מחליט זיין אז בשנה זו וועט מוסיף זיין אין לימוד התורה נאך מערער ווי בשנה שעברה, טאקע כל חד וחד לפון שיעורא דילי איז דאך אבער געווארן עלטער מיט א טאג איז זיכער אויך דער שיעור געוואקסן, און כדי דאס זאל האבן א קיום, מ'זאל דאס קענען בוחן זיין זאל גלייך אויך פארבונדן ווערן מיט א החלטה בפרטיות, אז דאס מיינט מען דער שיעור אין דעם און דעם ספר אדער דעם און דעם לימוד וכך וכך, און וויבאלד אז דאס איז ניט א שיעור וואס מ'איז קובע אויף א משך זמן רב, נאר אויף א משך זמן לא רב, כדי דערנאך זאל מען קענען משנה-זיין בהתאם ווי ס'וועט זיך ארויסויין, איז, אז מ'דארף האבן א שינוי אדער באיכות אדער בכמות אדער דער [מגיד שיר?] וכיוצא בזה. ובכלל איז דאס אן ענין וואס כדאי מתבונן זיין בכל חודש בפני עצמו, וויבאלד אז דעמאלט ווערט א נייער צירוף מיט א נייער סארט עבודה וכו' וכו.' והוד והוא העיקר, אז נוסף וואס מ'וועט דאס זיכער טאן דא, אין די ד' אמות פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער והשייך לזה אויך אזוי איבערגעבן בכל מקום וואו מ'הערט דאס שוין, און אויך איבערגעבן אין די ערטער וואס מ'הערט דאס ניט וועל מען אויך דארט דארטן איבערגעבן, און דאס האט קיין שייכות ניט צו א חוג מסויים, אדער אפילו רוב, נאר דאס איז שייך צו רוב בני ישראל, און שייך צו רובא די רובא פון עם ישראל, און שייך צו די וואס זיינען מיעוטא פון בני ישראל, די מיעוטא די מיעוטא,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions