transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אזוי איז דער עיקר חגיגה פון יו ט כסלו מאכט מען דאך אלעמאל בין יו ט לכף, און ווי מ'דערציילט, איז דערפאר וואס די גאולה איז דאך געווען לאות רב, ובפרט אז ס'האט זיך נאך פארהאלטן דערנאך די דריי שעה על פי הסיפור הידוע, וואס דערפאר איז דאך איינגעפירט, אז ניט נאר מ'מאכט דאס לאות רב, נאר דאס גייט אריין נאך אין כף,
¶2און מ'קען אויך זאגן על דרך התחות, על דרך הרמז, אז די זעלבע זאך האט מען דאך בא דעם ראש השנה הכללי, איז דאך אויך דא און ס'שטייט איין טאג אין פסוק, און מ'מאכט דאס ”שני ימים אפילו” אין ארץ-ישראל,
¶3ביז וואנענט אז ס'איז דאך געווען אפילו ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” איז דאך געווען כמה וכמה פעמים ווי ס'ווערט געבראכט אז דעמאלט איז אויך געווען ”יומא אריכתי” איין טאג, אבער אויף פון אכת און פערציק שעה.
¶4וואס אזוי איז אויך, ובדרך הרמז, אויך די יו טס כסלו, איינגעשטעלט אין אן אופן אז דאס ציט זיך פון יו ט אין כ', און אזוי ווי דאס איז דאך אויך א בינתיים איז דאך דא גלייך נאך כ', גייט מען דאך אריין אין שבת, וואס אויף שבת איז דאך מצוה לענגל, ווי ס'הייסט ווי ס'שטייט אין הגהות גדולות, אין בהג,
¶5אין הלכות גדולות און אין נאך אין יאונים ראשונים, אז דעמאלט איז אויך דא אין שבת אויך דא דער ענין פון שמחה, מיוסד אויף אין ספרא ”וביום שמחתכם אלו שבתות” מ'זאל ממשיך זיין פון דער שמחה פון יטס כסלו אין כ' און פון כ' אין שבת, און דערנאך על כל השנה כולה זאל זיין א שנה שמחה אין לימוד התורת הנגלה און אין לימוד תורת החסידות און אין 'קיום המצוות' בהידור,
¶6וועט דאס ממשיך זיין אויך די שמחה, ביז אין ענינים הגשמיים, אז ס'זאל זיין א שנה שמחה בבני חיי ומזוני רויחא.