עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

44 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אויף ”אברהם זקן בא בימים והוי' ברך את אברהם בקול” איז דאך דא דער מאמר פון דעם בעל יום ההולדת מיט מאה שנה, וואס דעם יאר איז געווארן מאה שנה לאמירתו פרשה 'חיי שרה', און וואס דוקא זכר דורנו און לעצטן'ס האט זיך דאס אויך אפגעדרוקט,

2וואס שטעלט זיך אויף דעם פסוק, און ברענגט אראפ אז איתא במדרש רבה, אין וואס ס'איז באשטאנען ”והוי' ברך את אברהם” שהשליטו ביצרו, ער האט אים געמאכט א שליט אויף זיין יצר.

3און פרעגט אויף דערויף, לכאורה דארף מען האבן א ביאור, וואס אזוי די גדלות און דער ריבוי הברכות, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אברהם'ן, וואס ער איז בייגעשטאנען אלע עשר נסיונות,

4איז דערנאך מיט וואס האט מען אים געבענטשט?

5א הוספה אויף דערויף איז שליטה ביצרו.

6דערנאך קומט דער חלק המאמר וואס קומט אלס א המשך צו דעם מאמר שלפני זה און הקדמה למאמר שלאחרי זה, און בסיום המאמר איז ער אויך, פארענטפערט ער, די שאלה בתחילת המאמר,

7וואס ס'איז נאכמער פארשטאנדיק אויך דורך די מאמרים פון צמח צדק וואס זכר דורנו און דוקא לעצטנס האט מען דאס אויך אפגעדרוקט צווישן זיי אויך א מאמר אויפן זעלבן פסוק פון ”ואברהם זקן בים הוי' ברך את אברהם בכל”, און פרעגט די זעלבע שאלה וואס איתא במדרש רבה שהשליטי ביצרו,

8וואס לכאורה דארף מען האבן א ביאור, וואס איז דא די ברכה און די מעלה, אז לאחרי וואס ער איז דורכגעגאנגען די עשר נסיונות איז איז שליטה ביצרו.

9און דערפון, פון דעם לשון ווי ער איז ווארט אין ווארט אין ביידע מאמרים, איז מקום לומר, אז דאס איז מיוסד די התחלה וסיום פון דעם מאמר פון תרמ ד',

10אויף דעם מאמר פון צמח צדק, וואס אויך פון פרשה 'חיי שרה', כמובן פון התחלת המאמר, וואס דארטן איז ער מער מבאר וויבאלד אז דארט איז דאס דער עיקר המאמר,

11משא' כן אין דעם המשך פון מ'ד' קומט דאס אין מיטן פון א המשך, וואס דארט איז ער אויך מבאר דער המשך הענינים, וואס פריער זאגט מען ”ואברהם זקן בא בימים”,

12און דערנאך ”והוי' ברך את אברהם בקול”, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, דאס איז דאך א סדר אין תורה, אז דאס איז אויך א סדר אין דער הוראה שבדבר, אז פאר ברך את אברהם וואס דאס איז אישליטי ביצרו,

13אז אברהם איז געווארן א שליט ביצרו איז געווען בא אברהם'ן דער ענין פון ”זקן בא בימים”, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיטן המשך אין דעם המשך,

14וואס אע"פ וואס דאס איז מערניט ווי א התחלה וסוף וואס מ'האט דערנאך מוסיף געווען, כידוע אין די כתיבת המאמרים, איז געווען אמירת המאמרים און כתיבת המאמרים,

15און ס'איז געווען כמה המשכים וואס פריער האט מען געשריבן דעם המשך אן די התחלות וסיומים המאמרים, און דערנאך האט מען זיי מוסיף געווען לאחרי האמירה ווי עס ווייזט אויס,

16ווי מ'זעט דאס אויך פון דעם כתב יד קדשם פון די נשיאים בכמה פון זייערע המשכים, ווי ס'איז דא פריער געשריבן דער המשך אן די התחלות וסיומים א חוץ די התחלה פון דעם ערשטן מאמר,

17און דערנאך בשעת האמירה בשנים לאחרי זה אדער חדשים לאחרי זה האט מען אויך מוסיף געווען במקום המתאים די התחלה און דער סיום פון די חלקים פון דעם המשך, אבער אעפ' כן דארף דאך דאס האבן א שייכות צו דעם ענין אויף וועלכן דאס ווערט א התחלה און א סיום.

18וואס דארטן רעדט ער אויך, אז ס'איז דא די ענינים ווי ס'איז דא דער 'העלם והסתר' מצד דעם ענין התוהו, און דערנאך דארף מען אויפטאן אין 'עולם התיקון', וואס די עבודה אין 'עולם התיקון' איז דא אין צוויי אופנים,

19דורך 'עשה טוב' און דורך עשה 'סור מרע', אדער אין דערויף גופא דער ענין פון אתכפיא און אתהפכא, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט איר עליות וירידת ספירת המלכות, כמבואר דארט אין דעם המשך וואס איז כאמור שוין געדרוקט, וואס דאס איז א פרסום לרבים ביז אויך לדורות.

20וואס דאס איז אויך בכללות, ווי ער זאגט דאס אין דעם מאמר פון צמח צדק, אז בא אברהם'ן איז געווען על הסדר די ביידע ענינים פריער איז געווען דער ”אברהם זקן בא בימים”,

21און ווי ער טייטשט אפ אין זהר, אז אלע ימים זיינען געווען שלמים, דערפאר וואס ביי אים איז געווען כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס דאס איז די עבודה פון 'לימוד התורה', 'קיום המצוות', 'עבודת האדם'.

22דערנאך איז דא השליטו ביצטו וואס דאס איז נאך העכער, בדוגמא פון דער מעלה פון מצות לא תעשה לגבי מצות עשה.

23וואס מצוות לא-תעשה בשרשם זיינען פארבונדן מיט יו דקן פון 'שם הוי' און מצוות עשה זיינען פארבונדן מיט ובקיש שבשם הוי ווי ער איז מבאר אויך בארוכה אין לקוטי תורה בתחילתו אין פקודו.

24אף על פי וואס למטה, און דא איז דאך אויך א טייל פון דער שאלה, איז מצות לא-תעשה איז דאך מערניט ווי א ענין פון לב, פון שבע אל תעשים, איז ווי אזוי קען מען זאגן, און וואס איז דער ביאור אז מ'זאגט אז דאס איז למעלה פון דעם ענין פון ”קום ועשה” און

25מ'פארענטפערט אויף דערויף, ווי ער זאגט אין לקוטי תורה ובכמה מקומות, אז בשרשם ומקורם האט דאס א העכערן שורש ומקור קען מען דאס למטה ניט האבן אויף דערויף א כלי דורך עשי דער כלי ווערט דורך ידיעת השלילה, ווי ער זאגט אין לקוטי תורה בארוכה ובכמה מקומות מיט נאכמער ביאור.

26וואס דאס איז אויך ווי ס'קומט טאקע פריער איז געווען בא אברהם'ן וואס ער איז בייגעשטאנען די אלע עשר נסיונות, במילא איז ביי אים געווען דער 'העלם והסתר' האט ניט מבלבל געווען, וואס דער ענין הנסיון איז דאך א ענין של 'העלם והסתר', בכלל ענין 'העלם והסתר' העולם,

27ובפרט א ענין של נסיון, כמבואר בכמה מקומות, אז דאס איז ניט קיין מציאות אמיתית, מ'מאכט נאר א דמיון כדי לבלבל את האדם, דורך דערויף וואס מ'איז מעלים ומסתיר,

28בדוגמא ווי בא דעם נסיון העשירי ביי אברהם'ען, וואס מ'האט באוויזן כאילו אז ס'איז דא א טייך, כדי ער זאל ניט קענען גיין ”אל ההר אשר” המקום אשר הרקה", אז ער איז צוגעגאנגען נאכט ער געזען אז ס'איז גאר קיין טייטש ניטא,

29מ'האט אבער געדארפט ער זאל זיך ניט רעכענען מיט דעם דמיון פון דעם נסיון, וואס ער זעט א דבר המפסיק, און ער גייט מיט דער החלטה גמורה אז ער רעכנט זיך מיט דערמיט.

30וואס דאס איז אויך געווען דער סדר, אז פריער איז געווען ”ואברהם זקן בא בימים” ביז צו דעם בירור פון אלע עשר נסיונות, עאכו"כ דער בירור ועשי' אין דעם אופן פון 'קום ועשה' און אין דעם אופן פון לא תעשה, פון שלילי אין קיום ”אברהם אבינו, כל התורה כולה עד שלא ניתנה”.

31בשעת ער האט געהאט אט די שלימות, אט דעמאלט איז אויך געווארן ישליטו ביצרו, אז ער זאל קענען אויך ארבעטן מיטן יצר, ”בכל לבבך בשני יצריך"”, וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון אברהם'ן נעמן לפניך ”ומצאת את לבבו נעמן לפניך”, לבבו מיט צוויי בייטן,

32אז לאחרי העבודה פון חלל בקרבו, ניט ב”חלל בקרבו שאין לייצר הרע” והשבתי' לפירוש הראשון, קומט דער עיקר השלימות וואס אז ס'ווערט די יטי' ביצרו, א מיטן יצר, ע'י'יתכפיא און דערנאך אתהפכא, ווערט דעמאלט דער ענין פון ”טוב מאוד”.

33וואס דאס זאגט מען דאך אויפן ענין פון יצר הרע, און ווי ער פרעגט אין צמח צדק'ן מאמר, ווי אזוי קען מען אויף דערויף זאגן ”טוב מאוד”?

34ווארום דאס מיינט מען ווי דער יצר הרע שטייט בשלימות שלו, כמשל ווי ער ברענגט אראפ אין תניא פון זהר הקדוש, אז אויך ער וויל אז מ'זאל אים ניט פאלגן, און אט דעמאלט פירט זיך אויס זיין שלימות, און דעמאלט ווערט ”טוב מאוד”,

35מערער נאך ווי דער ענין פון יצר טוב.

36וואס די שלימות פון לשליט ביצרו וואס קומט דורך דוקא נאך דערויף וואס זקן בא בימין ווערט דעמאלט אויך דער ענין אז ס'זאל זיין לבב אין אמן לפניך מיט שני בייז'ן ווארום איז שליטה ביצרו.

37וואס יש לומר אז דאס ווערט אויך די הכנה קרובה, בשעת מ'האלט בא דער עבודה פון פריער, ”בא בימים” אז ס'איז ניטא קיין יום שחסר חס ושלום, דערנאך קומט מען אויך צו דעם ענין פון ידיעת השלילה, און דער אויבערשטער גיט אין דערויף אויך איז שליטה ביצרו ווערט דאס די הכנה קרובה, דורך גאולה פרטית שלו,

38פון ”רוח הטומאה אעביר מן הארץ"”, אין דעם 'עולם קטן' שלו די הכנה קרובה און דער כלי צו דער גאולה כללית פון כל אחד ואחת מבני ישראל,

39און ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ פון תיקוני זהר, אז ס'וועט זיין איין און איינציקער איד וואס ער וועט דינען דעם אויבערשטן, כאמור, ברענגט ער דער ישועה והצלה די גאולה האמיתית והשלימה לכל עם בני ישראל מקטנם ועד גדולם.

40ובלשון הרמב"ם, אז מכריע ”את עצמו ואת העולם” כולו, ומביא ישועה והצלה לעצמו ביז צו דעם עולם כולו, ביז כפשוטה גאולה האמיתית והשלימה,

41וואס דעמאלט וועט דאך זיין שליטו ביצרו, ונהר ”קטן נוהג בם” ”מי יקום יעקב כי קטן הוא” ולעתיד לבוא איז דאך ”המעשה הוא העיקר”, במהרה בימינו ממש, וואס דעמאלט וועט דאך זיין, כאמור לעיל,

42איר הלבנה, כהר החמה און כהשיבת הימים, ביז נקה ותסובב גאווען מ'וועט זען די מעלה פון אידן ”ביתר שאת וביתר עוז”, בהתחלה לזה,

43תעמי"ו חיים זכר", נאך אין די לעצטע טעג און רגעים פון גלות, אז ס'זאל זיין מלכים אומניך וואס הרותיהם מניקותיך", ובמהרה בימינו יביאו יעדער אידן און אלע אידן, ווי מ'ברענגט א מנחה בכלי טהור לארצנו הקדושה, לרושלים עיר הקודש, ולהר הקודש בירושלים,

44ולבית המקדש, ”מקדש אדנ' כוננו ידיך"”, 'בשמחה ובטוב' לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions