English
ספרייה
kind
paragraph
order
4Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וויבאלד אז מ'האט זיי אזוי אויפגעהאדעוועט, און זיי האבן זיך אויפגעהאדעוועט אין אן אמת'ן אידישן אופן, און במילא מאכן זיי דאך ליכטיק זיך אליין און די גאנצע הויז אין וועלכע מ'איז זיי מחנך אזוי, אז ס'זאל זיין ניכל אז דאס איז א נר מצוה, וואס דאס איז פארבונדן מיט תורה אור וואס סיי תורה און סיי מצוותי איז דאך אים חיינו ואורך ימינו, און פארשטאנדיק אויך אויף וויפל דאס איז חיינו ואורך ימינו ס'איז דאך דא זאכן וואס לכאורה גיבן זיי צו מערער חיות און מערער כח, אף על פי וואס דאס רעדט זיך וועגן אן ענין גשמי ווי אכילה און שתי אדער אנדערע הנאות וואס זיי זיינען אויך מוסיף להחיות נפש כל חי אויך אין דעם חיות. דער אמת'ער חיות פון יעדער מענטשן אין וועלט, על אחת כמה וכמה פון א אידן וואס ער ווערט אנגערופן גוי אחד בארץ אז דוקא ווי מ'געפינט זיך אין ענינים של ארץ איז אט דארט נאכמער בהדגשה אז דאס איז גוי אחד, בשעת די נשמה געפינט זיך למעלה, איידער זי איז פארבונדן מיטן גוף קודם שירדה למטה איז ניט אזוי ניכר,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים