Paragraph
Paragraph rh-mn6jh1s7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jzcpymkc
- order
- 2N
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דערמאנט אלעמאל איז פותחין בברכה, און ווי ס'איז דאך אן נינהויבן ישראל, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז ווען אידן טרעפן זיך הויבן זיי אן מיט דעם ווארט שלום, און מ'זאגט ניט סתם שלום ערגעץ וואו אדער בכלל, נאר שלום עליכם, לשון נוכח, כולל אט די אלע וואס זיינען אויך, צי דאס איז אנשים אדער נשים אדער טף, און אן אונטערשייד ווי זייער מדריגה איז און ווי זייער עלי'איז אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, ובכלל אין אני נבראתי לשמש את קוני דערמאנט מען, און מ'הויבט אן דערמיט מיטן ווארט שלום, תורת אמת זאגט, אז דאס איז שמו של הקב,"ה, וואס ער אליין איז דאך תכלית השלימות, במילא אויך תכלית השלום, און וויבאלד אז ער איז דער אמת'ער און דער איינציקער באלעבאס פון דער גאנצער וועלט איז פארשטאנדיק, אז די וועלט איז איינגעשטעלט אין אזא אופן, נאר דער אויבערשטער האט געוואלט אז דאס זאל זיין על ידי בחירה, אז
- proofread
- 0