transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1די דברים האמורים איז דאך שייך בא יעדער יאר וואס פאר א קביעות ס'זאל ניט זיין בנוגע צו י' כסלו, וואס ס'קומט דאך אלעמאל לאחרי ט' כסלו, אין אן אופן אז דאס ווערט אויך אן ערב וההכנה, מיט די אלע פרטים ווי גערעדט פריער.
¶2ס'קומט דאך צו ”בכל שנה ושנה”, כמדובר כמה פעמים, א הוראה מיוחדת פון דעם יאר, פון דעם יו"ד כסלו פון דעם יאר.
¶3וכמדובר לעיל, א הוראה וואס מ'וויל געפינען אין וואס באשטייט איר נקודה אין וועלכע זי טיילט זיך אויס בפשטות איז דאס איז וואס די קביעות פון שנה זו אין ימי השבוע איז פונקט ווי ס'איז געווען דעמאלט.
¶4ט' כסלו און יו' כסלו איז דאך קביעות אין ימי החודש, און ניט אלעמאל טרעפט דאס אויך אין דעם זעלבן טאג אין ימי השבוע, כמסופר אין דעם סיפור המאסר והגאולה פון
¶5דעם מיטעלן רבי'ן, איז געווען דער ט' כסלו און יו' כסלו אין די שנת הגאולה ווי דאס איז בשנה זו.
¶6וואס איז אויך געווען די גאולה ביום אלף פרשה וישלח, וואס דאס איז דאך ווי די קביעות איז בשנה זו.
¶7דערנאך איז דאך דא א צווייטע רשימה, אז די בשורת הגאולה איז שוין אנגעקומען אין שבת לפני זה, בשעת ס'איז אין מיטן פון זאגן דעם מאמר חסידות, כמבואר בארוכה אין דער רשימה.
¶8וואס דאס איז דאך ט' כסלו פרשה ויוצא, אין די שבת פון פרשה ויוצא.
¶9וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ס'איז דא די הוראה מיוחדת אין די ענינים האמורים, וואס זיי זיינען פארבונדן אט דאס וואס דאס איז די זעלבע קביעות,
¶10איז נוסף וואס בכלל איז בשעת מ'האט א קביעות פון אן ענין וואס איז פארבונדן מיט ימי החודש, און ס'קומט אויס אויך נוסף על זה די זעלבע קביעות איז דאס אויך אין ימי השבוע שטייט דאס בתוקף יותר,
¶11אף על פי וואס בעיקר איז נוגע די קביעות בחודש, ווי גערעדט כמה פעמים בארוכה, און אט דא שטייט דאס נאכמער בגלוי ניט נאר דער ענין כללי אז דאס איז מיט מער תוקף,
¶12וויבאלד אז סיי מצד חודש סיי מצד דער וואך איז דאס דער זעלבער טאג, איז דאס שטארקער בכללות איז דאס אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון ויצא און פון וישלח.
¶13וואס וואס איז דא די הוראה בפשטות, וואס יעדערער קען דאס פארשטיין אפילו א קטן שבקטנים, וואס לכאורה ויוצא און וישלח זיינען פונקט הפכים.
¶14”ויצא יעקב מבור שבע וילך חרנה” איז דאס געווען ווען יעקב גייט ארויס פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ, און אין ארץ ישראל גופא אין דעם עילוי שבארץ ישראל, וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון בור שבע
¶15בפרט על פי המבואר אין חסידות דער ענין פון 'באור שבע' און אין חוץ-לארץ ניט סתם חוץ-לארץ נאר ”חרון אף של עולם” ווי דער אפטייטש פון חרם.
¶16דער ענין פון וישלח ווען האט זיך דאס אנגעהויבן?
¶17נאך דערויף ווי מ'איז מסיים אין די פרשה שלפני זה, אז ויקרא שמה מחנאים און טייטשט מען דאך אפ דער חכמינו זאל,
¶18אז דאס איז דערפאר וואס ער איז געגאנגען פון חוץ לארץ אין ארץ ישראל, איז געווען ביידע מכניס, וואס דאס באווייזט אז אין דעם זעלבן ענין איז דא ביידע ענינים, פונקט אזוי ווי ”ויצא יעקב מבור שעבו וילך” ער נה שטייען דאך ביידע ענינים אין דעם זעלבן פסוק,
¶19סיי ארץ ישראל און סיי חוץ-לארץ, על דרך זה אין מחנאים, על דרך זה אין ”וישלח יעקב מלאכים” אלאתיו אחיו ארצת שער זו אדום איז דאס אויך שטייט אין דעם זעלבן ענין פונקט ווי אין מחנאים ווי יעקב שטייט צווישן ארץ ישראל און חוץ-לארץ,
¶20אדער ביידע זאכן צוזאמען, און אין דער נקודה וואס ער גייט אריבער ווי ויצא בכיוון אין דער ריכטונג פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ, און אין וישלח אין דער צווייטער ריכטונג פון חוץ לארץ אין ארץ ישראל.
¶21וואס ביידע ענינים זיינען דאך אן ענין אין 'עבודת האדם', ובדוגמא ווי גערעדט פריער דער חילוק פון יום הולדת און יום ההסתלקות.
¶22איז דאס בדוגמא פון ”ויצא יעקב מבור שבא וילא חרנה” וואס דאס איז געווען זיין לידה אויף ארויסגיין אין ”חרון אף של עולם” וואס דאס איז דאך בדוגמא פון 'ירידת הנשמה' בגוף,
¶23און דערנאך איז ”וישלח יעקב מלאכים” בפרט נאך ווי דער מיטעלער רבי טייטשט דאס אפ בארוכה, אז דאס איז דערפאר וואס ער האט שוין משרים געווען כל עבודתו,
¶24ביז וואנענט ער האט נאר געווען זיכער, אז אויך ביי עשרים איז שוין אלץ בשלימות, כמבואר בארוכה אין די דרושים, וואס דאס איז בדוגמא ווי ”עבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו”.
¶25און ווי גערעדט אמאל דער פירוש פון חסידות א ”בן מאה, כאילו מאות ועבר ובטל מן העולם” אז ער איז א ”בן מאה” איז דאך דא דער ענין פון ”כיון דא יפלוג”,
¶26כך דערנאך מאריך ימים ושנים ביז ומתושלח, און נאכמערער ווי ס'וועט זיין בקרוב ממש לעתיד לבוא חיים נצחיים, אבער מן העולם פון ”חרון אף של עולם” אט דא האט ער שוין משלים געווען עבודתו איצטער שטייט ער אין אן עבודה נעלית יותר וואס דאס איז נשמה בגוף בדוגמא ווי נשמה וגופלא עתיד לבוא,
¶27וועט דאך זיין עבודתו, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש אין קדושה גופא, ניט ”אין חרון אף” של עולם.
¶28וואס די הוראה בזה איז בפשטות, אז די אלע ענינים וואס מ'דארף דאך אפלערנען פון דעם מיטעלן רבינ'ס פעולות, אין די פעולות וואס ס'האט א שייכות און וואס ער האט געמאנט פון יעדער אידן און פון אלע אידן ”עד סוף כל הדורות”,
¶29איז דאס שטייט בהדגשה, אז סיי דאס איז אין אן אופן ווען ער גייט ארויס פון דאוונען און פון לערנען תורה און פון מקיים זיין א מצוה ”אין חרון אף” של עולם,
¶30סיי דאס איז ווען ער גייט אריין פון ”חרון אף של עולם” אין ארץ ישראל אין דאוונען און לערנען און מקיים זיין מצוות, איז אין ביידע שטייט בשוה דער תוקף הציווי מיט דעם נתינת כח בהנוגע צו ”יפוצו מעינותיך חוצה” אין חסידות און אין נגלה און אין טובה גשמיות פון ”ואהבת לרעך כמוך”,
¶31ביז אז ס'איז גאר ניטא אין דערויף קיין חילוק, דאס איז ויצא און וישלח קומען צוזאמען, ווארום מ'הויבט זיך אן לערנען לייענען און לערנען פרשה וישלח אין שבת פרשה ויצא,
¶32און די התחלה פון דער וואך פון וישלח רופט זיך אן מוצאות שבת פון פרשה ויוצא, בפרט נאך ווי די גמרא זאגט, אז ס'איז ניט נאר די מוצאי שבת כפשוטו, נאר אויך די אלע ג' ימים שלאחרי זה,
¶33וואס דאס קומט דאך אויך אראפ אין א דין בפועל בהנוגע צו הבדלה, ביז יום ג כמבואר בשולחן ערוך.
¶34וואס דאס איז די הוראה מיוחדת וואס קומט ארויס פון קביעות פון שנה זו, אז ער קען דאך בא זיך טראכטן ער דארף אריבערגיין פון דאוונען און פון די שיעורים שלאחרי התפילה ”מבית הכנסת לבית” המדרש,
¶35און דערנאך דארף ער אריינגיין אין חרם מאנט מען שוין ביי אים ער זאל טראכטן וועגן א צווייטן אידן ווי אזוי אים ארויסהעלפן בשעת ער דארף ערשט זיך צוגרייטן, און האבן די גאנצע זהירות מיט די באווארענישן וואס ער דארף האבן פאר זיך, ווי אזוי קען ער בשעת מעשה אויך טראכטן, און אין אן אופן פון מחשבה אמיתית,
¶36התענינות אמיתית, בהנוגע צו א צווייטן.
¶37על דרך זה ווען ס'איז דא דער ”וישלח יעקב מלאכים”, אז ער האט ערשט-אן מסיים געווען די עשרים שנה עבדתיך און נאך דערנאך דער המשך בזה, מיט די גאנצע שוועריקייטן ווי ס'איז געווען, ווי ער רעכנט זיי אויס באריכות אין פסוק ביום החלני ובלילה ותידל שנשים מיט די אלע פרטים,
¶38און ער האט קען דערלעבט, אז ער קען זיך אריינכאפן אין א בית הכנסת, אין א בית המדרש, וואס דאס איז דאך די ארץ ישראל שבחיי כל אחד ואחד, אפילו ווען ער געפינט זיך אין חוץ-לארץ,
¶39מאנט מען פון אים, אז ער זאל מיטנעמען מיט זיך אין דעם ”בית הכנסת, אין דעם בית המדרש”, די דאגה ווי אזוי ארויסצוהעלפן א צווייטן אידן וואס יענער געפינט זיך בחוץ.
¶40ביז וואנענט אז אין חוץ גופא געפינט ער זיך ביז אין חרם, עאכו"כ פון ארויסהעלפן אט די וואס געפינען זיך אין בית הכנסת, און זיינען נאך ניט צוגעקומען לדרגא שלו טראכט ער, נאך די עבודה קשה וואס ער האט געהאט, ותידק שנשים אונם,
¶41וביום החלני חורף וקרך בלעולם, מיט די אלע פרטים לאז מען אים געבן א שטיקל צייט אויף אפרוען ער זאל הנאה האבן פון שכר מצוה מצוה ניט חס ושלום ענינים אסורים, אפילו ניט עניני הרשות, אבער אט דאס וואס ער האט פארדינט דורך דערויף, דורך ”עמלו אשר עמל בו” איז וואס הייסט ער גלייך בשעת מעשה?
¶42טאר ער ניט האבן קיין מנוחת הנפש, ער דארף אויך זיך אריינטראכטן וואס טוט זיך מיט א צווייטן אידן.
¶43דערציילט מען אים, אז דאס איז געווען דער סדר פון יעקב'ן.
¶44ערשט-ער פארענדיקט די עבודה פון בירורים פון לבנען, און ווי מיט די גאנצע שוועריקייטן וואס ס'איז געווען אין דערויף האט ער זיך דערוואוסט, די ערשטע זאך וואס ער דארף טאן ער דארף זען אראפנעמען צו זיך און מיטנעמען מיט זיך און אויפטאן מיט זיך, אז ”ישלח יעקב מלאכים” אלאותיו ועכים
¶45וואס דאס איז אויך בפשטות די הוראה, ווי געזאגט פריער, אז סיי ווען מ'שטייט אין שבת' ענאכט וואס מ'גייט ארויס פון שבת פון ארץ ישראל אין חוץ-לארץ,
¶46סיי דערנאך אז מ'שטייט אין ”סוף השבוע, אין” ערב שבת ב' אין שמשה פארנאכט, אז מ'גייט אריין פון חוץ-לארץ אין שבת איז דא דעמאלט דער מבצע פון נרות שבת קודש וואס מ'דארף אים צוגרייטן,
¶47און פונקט ווי ס'איז דא דער מבצע פון די מוצאות שבת קודש די שאר המבצעים פילן מען דעמאלט ניט שייך צו זאגן, צדקה איז ”עיקר ענינה ביום” ניט בלילה, ס'איז אבער דא די שאר המבצעים וואס זיי זיינען במיוחד אין מוצאות שבת קודש.
¶48וואס דאס איז אויך די הוראה כפשוטה, ווי גערעדט כמה פעמים ”המעשה הוא העיקר” אז מ'נעמט מיט א הוראה מיט א עידוד, מיט א נתינת כח, פון א נשיא בישראל, פון דעם מיטעלן רבי'ן, על ”משך כל השנה כולה”, ביז אין עשירי בכסלו הבא,
¶49אויף טאן אין אן אופן ”ביתר שאת וביתר עוז” אין די אלע ענינים האמורים לעיל.
¶50און ויוסף אין מה שנאמר כאן איז דא אין די שיחות פון רבותינו נשיאינו און די זייערע מאמרים, ביז אויך אין שולחן ערוך בפשטות.
¶51און ס'זאל אראפקומען אין א מעשה בפועל, און מ'האט די הבטחה פון ”אל תירא עבדי יעקב” וואס מ'זאגט דאך דאס אין אלע אותיות פון דעם אלף בי"ת,
¶52ווי ס'ווייסן דאך די וואס זאגן דאס, און מ'קען דאך אויך א קוק טאן אין סידור, אט די וואס זאגן דאס ניט בדיבור במנהג חב", מ'ווייס אבער פון לקוטי תורה, פון פרשה בלק, אז ס'איז דא אט דער ענין און וואס ער טוט אויף, האט מען דאס על ”כל השנה כולה, על אחת” כמה וכמה על כל שבוע זה,
¶53און טאן דאס אין אן אופן אז מ'איז זיכער אז ס'גייען מיט ויבגו ”בו מלאכ אלקים” ס'גייען מיט אים מיט מלאכים וואס זיי האלפן אים ארויס, סיי אין ארץ-ישראל'דיקע זאכן, די ארץ-ישראל'דיקע מלאכים, סיי אין חוץ-לארץ זאכן, די חוץ-לארץ'דיקע מלאכים, וואס דעמאלט איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז אין הצלחה רבה ומופלגה,
¶54און ס'ווערט בקרוב ממש מקויים, ”והיתה להוי' המלוכה” ווארום ס'איז ועלה ”מושיעין בהר ציון לשפוט את הר” עושה ווי יעקב האט אנגעהויבן גלייך די עבודה אין ”וישלחי יעקב מלאכים” ווי דער מיטעלער רבי איז דאס מבאר בארוכה אין די דרושים אויף דעם פסוק,
¶55ביז אז ער פירט אויס דא למטה, אז דער עושה למטה ווערט ווי ער איז בשרשו למעלה, און דער תירוש קומט אויך אראפ למטה, ”והיתה להוי' המלוכה” כפי ”שאני נכתב כך אני נקרא”, בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו.
¶56לחיים.