עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

64 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דאס איז דאך ידוע די פתיחה פון דעם בעל הגאולה, פון דעם אלטן רבי'ן, איז זיין אגרות הקודש, וואס זיינען נסתדר געווארן אין דפוס מיטן סדר ”על ידי הבנים” פון ”בני הגאון המחבר”,

2איז דאך די ערשטע אגרת וואס זיי האבן מסדר געווען אויף צו דרוקן אין דעם סדר.

3און אין איר גופא איז די פתיחה הויבט זיך אן מיט ”פותחין בברכה”.

4וואס דאס איז דאך אויך א הוראה צו כל ההולכים בדרכיו ובאורחותיו, אז ס'זאל זיין אן ענין פון ”פותחין בברכה”, ובפרט נאך איז דאך דאס אויך ווי דער סיום פון דער ערשטער מסכתא אין שעס, אין תורה שבעל פה,

5איז אויך דער ענין הברכה, ועד כדי כך, אז אף על פי אז ס'איז דאך ידוע דער גורל קדושה פון דעם 'שם הוי' און דער אדנ ווי מ'זאגט אים בדיבור, איז אף על פי כן איז צוליב בענטשן א אידן, און ניט ביי א זמן מיוחד, נאר סתם אז מ'טרעפט א אידן, ווי ער ברענגט דאך די בראי' דארטן,

6אז ס'איז גאר געווען אין א וואכעדיקן טאג, און ס'איז געווען פארבונדן מיט אן עבודה בשדה, וואס דעמאלט איז דאך אויך א איד ניט אזוי ניכר אז ער איז אנדערש פון אנדערע מענטשן,

7ווארום ער אויך פארנעמט זיך מיט עבודת השדה, וואס דאס איז דאך אן עבודה עיקרית פאר יעדער מענטשן, וויבאלד אז ”לחם לבב אנוש יסוד” מוז דאך יעדערער אנקומען צו תזרע שדך ברענגט

8מען דוקא די ראי' פון אן ענין פון א מאורע וואס איז געווען אין א וואכעדיקן טאג ווען מ'האט געארבעט אין פעלד, און די מאורע אליין איז אויך געווען אין פעלד,

9און ס'האט זיך גערעדט צווישן א נשיא בישראל, ווי דעמאלט איז געווען בעת, איז ער דאך געווען פון די שופטים בישראל, און בשעת ער האט זיך געטראפן מיט זיינע פועלים, מיט די וואס האבן געארבעט ביי אים אין פעלד, איז האט מען זיך באגריסט מיט א ברכה,

10און מ'האט דערביי גענוצט אין דער ברכה דעם 'שם הוי' דעם נאמען פון דעם אויבערשטן, און דאס ווערט א הלכה פסוקה אין דער ערשטער מסכתא פון אלע ששה מסכתות, און אין דער מסכתא גופא, אין וועלכע ער זאגט בתחילתה,

11אז ”הכל הולך אחר החיתום” אז מ'דארף זיך רעכענען מיט וואס אן ענין מ'שליסט אים אפ, ביז וואנענט אז דאס ווערט א דין בהנוגע דינים ממונות אין א שטר פון שור האחרונה וכו איז דער חיתום פון דער ערשטער מסכתא,

12וואס כולן ווערט זי אנגערופן מסכתא ברכות וואס דאס איז דאך פון די שובת המסכתות וואס די גמרא אליין ברענגט, ווי מסכתא געבראכט אין מסכתא בבא קמא וכיוצא בזה,

13אזוי איז דאך דא א שקלא-וטריא ווער ס'האט קובע-געווען די נעמען פון די מסכתות, ס'איז אבער דא אזוינע מסכתות וואס זייער נאמען ווערט געבראכט אין שת גופא און איינע פון זייער מסכתא ברכות, איז אין ברכות אין דער מסכתא גופא, דער אפשלוס פון דער מסכתא איז די הוראה,

14אז אידן און מענטשן דערפון פארשטאנדיק אויך בהנוגע ווי אזוי זיי דארפן פועל-זיין אויך אין וועלט די זעלבע הנהגה, אז בשעת מ'טרעפט זיך אפילו אין א וואכעדיקן טאג, און אין צוזאמענהאנג מיט א וואכעדיקער ארבעט,

15זאל זיין די באגריסונג און די פתיחה ביים טרעפן זיך מיט די ווערטער פון 'יברכך הוי' ביז זאגן דאס ניט אין א תרגום לשון אדער אין א כינוי, נאר דעם נאמען אליין, דעם שם אליין, כמבואר אין דעם סיפור המאורע.

16און דאס ווערט אן ענין פון א ”מעשה רב” אזוי איז דאך ענינים וואס ווערט געבראכט אין גמרא, אין תורה שבעל פה, איז דאך דא ענינים וואס ווערן געבראכט בתוך שקלא וטריא, און די מסקנא איז אנדערש,

17דערנאך ווערט געבראכט ענינים סתם, און מ'ווייס ניט צי דאס איז הלכה פסוקה צי ניט, ביז ווי די גמרא זאגט אין בבא בתרא אז ”אין למאודני הלכה” סיידן דאס ווערט געבראכט הלכה למעשה, וואס דעמאלט איז ”מעשה רב”.

18איז אט דאס ווערט א ”מעשה רב” און פון תורה שבכתב, וואס אפילו הצדוקים מודים בזה.

19איז דאך פארשטאנדיק, מ'איז דאך ”ביתר שאת וביתר עוז”, אז ווי אזוי ס'דארף זיין א פוסחין בברכה ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען אין א מקום קדוש,

20”שמגדלין בו תורה” וואו מ'האט שיעורים אין תורה, און ”מגדלין בו תפילה” וואו מ'דאווענט און מ'איז מתפלל און מ'בעט ברכות פאר דעם אויבערשטן,

21וואס כלל הברכות איז דאך אויך דער ענין השלום, וואס 'שלום כאן' איז 'הכל כאן' און מ'קלייבט זיך צוזאמען צוליב א כוונה טהורה וקדושה,

22”כדי איש את אחיו” יעזורו אויף נאכמער פארשטארקן זיך און מוסיף זיין אין ענינים פון תורה קדושה וטהרה וטוב וכו ווי אזוי ס'איז נאכמער במקומו דער ענין פון ”פותחין בברכה”, און ס'איז נאכמער מובטח אז ס'וועט מקויים ווערן דאס אז א איד בענטשט א צווייטן אידן,

23על אחת כמה וכמה א ריבוי אידן, און מ'ענטפערט אויף דערויף, און מ'נעמט אן די ברכה, און מ'ענטפערט צוריק אויך בברכה ”כל המברך מתברך”,

24איז נאכמער מובטח אז ס'וועט זיכער מקויים ווערן פון מקור כל הברכות, וואס דאס איז דער אויבערשטער, אז ער וועט ממשיך זיין ברכה והצלחה, אז דאס די כוונה און דער תכלית וועלכן מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן זאל דורכגעפירט ווערן אין אן אופן של הצלחה ו”ברכה מתוך שלום”,

25כדי דאס זאל זיין בשלימות, איז דאך ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות דיעות, ווען איז עבודת השם בשלימות?

26בשעת ס'איז ניטא קיין בלבולים און ענינים המטרידים, סיי מצד דעם גוף, עאכו"כ, ובריות הגוף, עאכו"כ מצד הנפש ובריות הנפש,

27אז מ'זאל דאס אויך קענען דורכפירן מתוך בריאת הגוף והנפש גם יחד, און דאס זאל נאכמער צוהיילן, אזוי איז זיך דאך ”פותחין בברכה” און ס'איז דא נאך אזוינע צו וועלכע מ'דארף ערשט דערציילן וועגן דעם ענין פון אלקות,

28עאכו"כ וועגן דעם ענין פון שם הקדוש, אין די ז' שמות קדושים פון 'שם הוי' ובכלל וועגן גרתלעכקייט בכלל.

29וואס דאס איז דאך מעשינו ועבודתינו ווי דער לשון פון דעם ”בעל הגאולה אין” ספר תניא קדישא שלום, א תכלית פון מעשינו ועבודתינו אויף צוהיילן און אראפברענגען בפועל דעם זמן פון ”ונגלה כבוד הוי,"'”

30”וראו כל בשר יחדיו כי ישפי הוי' דירביר” אז אלע וועלן זען אלג-טלעכקייט, אלקות, ביז אפילו 'בעיני בשר'.

31ובלשון הרמב אם, ווי ער איז מסיים ספרו, 'יד החזקה', אז דאס איז די צייט וואס וועט זיין ו”מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים” און ווי גערעדט כמה פעמים בארוכה, אז וואס איז דא דער דמרין פון ”כמים לים מכסים” וואס אין ים געפינט זיך א ריבוי ברויים,

32ווי די גמרא זאגט און ווי אין מדרש בארוכה, אז ס'איז דא א סך מערער ברויים בים וויפל ס'איז דא ביבשה, אף על פי כן, בשעת ווי זיי געפינען זיך אין ים, איז דאך 'מים לים מכסים' זעט מען ניט די ברואים אליין, נאר וואס זעט זיך אן?

33זעט זיך אן דער מים וואס זיי זיינען מכסה דעם ים, אלע בריות וואס געפינען זיך אין ים, וואס מים איז דאך מקור חיותם ווי די גמרא זאגט אויך אין סיום פון מסכתא ברכות,

34אז דגה איז וואס איז מקור חיותם דער מקור פון וואנענט זיי לעבן, איז פונקט ווי זיי זיינען נברא געווארן מן המים, ווי דערציילט אין תחילה פון תורה שבכתב אזוי איז אויך דערנאך, כל משך ימי חייתם לעבן זיי אויך פון מים, ניט אזוי ווי נבראים פון עלמוד יתגלה, פון יבשה,

35וואס זיי זיינען באשאפן געווארן מן העפר דער אופן אבער פון זייער לעבן איז אז זיי טארן גאר ניט זיין קבו רחמנא ליצלן בעפר זיי דארפן זיין דוקא אין א מקום מגולה וואו ס'איז דא אויר וכיוצא בזה,

36משא"כ די מים שבים, אין עלמא דאיזקסיא, איז אין וואס באשטייט זייער קיום און אין וואס הענגט ער אפ?

37בשעת זיי געפינען זיך און זיינען צוגעדעקט מיט זייער חיות וואס דאס איז די מים, און דאס ווערט אין אזא מין אופן, אז בשעת מ'גיט א קוק אויף די ברואים שבים איז צום אלעם ערשטן זעט מען דעם מים יעלי ים לכסים.

38בשעת מ'איז זיך מתבונן און מ'זוכט עצות אויף זען וואס ס'טוט זיך אינעווייניק אין דעם ים ערשט אט דעמאלט דערזעט מען די ברויים, און אויך, כאמור, מרבא מעשיך הוי א ריבו ברויים נאך מערער אין עולם ווי ביבשה.

39וואס דאס איז אויך דער דמיון און דער דיוק אין דעם משל אויף לעתיד לבוא, אז פונקט אזוי ווי ”כמים לים מכסים” איז בשעת מ'זעט א נברא שבים, איז לכל לראש זעט מען די מים, וואס דאס איז דער מקור פון וואס ער לעבט, און ערשט דערנאך דארף מען האבן א חקירה ודרישה,

40ביז וואנענט מ'דערזעט דעם נברא אליין ופרטים שלו.

41אזוי וועט זיין ”ומלאה הארץ צדיעה את הוי” אין אלע ענינים וואס געפינען זיך בארץ, סיי אין יבשה און סיי אין ים איז וואס וועט זיין דעמאלט, אין דעם גאנצן זמן, משך הזמן, וועט מען ניט דארפן אנקומען צו התבוננות און צו ראיות בשכל און צו א שקלא-וטריא,

42נאר פונקט אזוי ווי איצטער ”כמים לים מכסים” אזוי וועט אויך זיין די דעה לעתיד-לבוא, אז מסקנא ראשונה, בהנחה ראשונה, אז מ'וועט דערזען א זאך אין וועלט וועט מען צום אלעם ערשטן דערזען דעם 'כח הפועל' בנפעל,

43ווי ”דבר הוי' שמים נעשו וברוח פיו כל צבאם”, און דערנאך ערשט וועט ער צוקומען על ידי שקלא-וטריא והתבוננות, צו וויסן וואס דער נברא איז און וואס זיינע פרטים זיינען.

44און דאס ווערט אויפגעטאן על ידי מעשינו ועבודתינו, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז זיי דארפן האבן א שייכות, א מעין, צו דעם תכלית וואס מ'שרעבט צו דערגרייכן, אז אין וואס באשטייט מעשינו ועבודתינו?

45אז אין יעדער זאך מיט וועלכע מ'טרעפט זיך.

46יעדער זאך וואס מ'הערט וועגן איר, על אחת כמה וכמה וואס מ'זעט איר, דארף מען זיך מתבונן זיין וועגן דעם אלקות, וועגן דעם ניצוץ אלקה וואס געפינט זיך אין דער זאך, במילא, וויבאלד אז ”המעשה הוא העיקר” זוכט ער וועגן ווי אזוי ארויסצוברענגען דעם אמת,

47ווי דער רמב"ם שרייבט בתחילת ספרו, דער ”אמת הוי' לעולם” דעם אמת פון דעם נברא, וואס דאס איז דער ענין פון אלקות געטלעכקייט וואס איז אים מחי"ר, ווי אזוי ער זאל דאס מגלה זיין.

48ווי אזוי איז מען דאס מגלה?

49בשעת ער נוצט אויס זיין השפעה, זיין מעשה ועבודה, אז יעדער נברא און יעדער זאך זאל מתאים זיין און שטימען אין טאג-טעגלעכער אויפפירונג צו דעם תכלית צוליב וועלכן זי איז באשאפן געווארן, וואס די תכלית הכללית איז דאך לא לטוב בראה ”אלא לשבת יצרה”,

50וואס דאס איז דאך כולל אויך כל שבעים אומות, וואס זיי זיינען דאך מצתווה געווארן ביים זעלבן מתן תורה, און אויך דורך משה רבינו, ווי דער רמב ם פסק'נט,

51אויף מקיים זיין די שבע מצוות מיט אלע זייערע סעיפים ופרטים ופרטי-פרטים, וואס די נקודה פון די שבע מצוות איז דאך, אז ס'זאל זיין ”לשבת יצרה” דורך דערויף וואס ס'וועט זיין דער שלום בין איש לחבירו צווישן איין ענין און א צווייטן ענין,

52שלילה בתכלית פון דעם ענין פון קנאה און מלחמה ותחרות, מיט די אלע פרטים ווי דער רמב"ם רעכנט זיי אויס בסוף ספרו, ואדרבא ס'וועט זיין דער קירוב אחדים השני,

53און קירוב ניט נאר פון נבראים נאר אויך מקרב זיין פארשידענע ענינים פון וועלט, אז ”איש את אחיו יעזורו” איינער ענין זאל ארויסהעלפן דעם צווייטן ענין, אז ער זאל געטאן ווערן מתוך שלום ולשם שלום, וואס שלום איז דאך שמו של הקב"ה,

54און דאס איז דאך שולל די מחלוקת און מלחמה און תחרות וקנאה מיט אלע פרטים האמורים.

55און בשעת ס'איז 'שלום כאן' איז 'הכל כאן' האט מען אויך א הצלחה בכל ענינים הפרטיים, על אחת כמה וכמה אז מ'האט א הצלחה אין דער שליחות וואס יעדער נברא האט בעולם,

56”אני נבראתי לשמש את קוני” וואס דער אויבערשטער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א 'דירה בתחתונים', ובלשון הכתוב ”לשבת יצרה” פועל זיין ארום זיך, און אויך פועל זיין אויף די אלע וועמען ער קען משפיע זיין,

57אז זיי זאלן אויך טאן באופן כזה אויף אויסנוצן זייער גאנצע השפעה אויף ברענגען שלום בעולם, און ברענגען די גאנצע וועלט צו אן אופן אז ס'זאל זיין ”ונגלה כבוד הוי” ”והיתה להוי' המלוכה”,

58וואס דער אויסדרוק פון מלוכה איז דאך פארבונדן מיט ”מלכותו ברצון קבלו עליהם” אז זיי זיינען מקבל די ”מלכות הוי” ברצון, און מ'דארף ניט אנקומען חס ושלום צו ענינים וואס זיי זיינען היפך טוב הנראה והנגלה, ווארום מ'טוט מעצמו ברצון

59מקבלת עול 'מלכות שמים' איז דאך זיכער, אז ווי נאך דערויף גלייך איז מען מקבל די גזירות, 'קבלו מלכותי ואחכך אגזור עליכם גזירות' אז מ'איז מקיים אלע ציוויי ה,"' און מ'טוט דאס אויך ברצון יעדערער בעניני, אידן אין תרי ג מצוות, און אין 'כל האומות' כולם אין מצוות דלבול,

60מיט אלע זייערע פרטים ופרטי פרטים, און דאס אלץ ברענגט אראפ גלייך, וויבאלד אז די אלע האבן די זעלבע כוונה, לשרת את קונם און האבן דאס מיט אמיתיות,

61און דאס נעמט-דורך זייער קיום און זייער מציאות און זייער מעשה און אפילו דיבור און אפילו מחשבה ווערט דאך דעמאלט ”קרוב אליך א דבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” אז דאס ווערט אויפגעטאן אין אן אופן פון 'קרוב אליך' און נאכמערער אין אן אופן פון מאוד א סך שנעלער ווי סתם קרוב,

62און מ'ברענגט אראפ דעם ענין השלום והמנוחה נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, און דאס ווערט לעצטע טעג ממש, ווארום ס'ווערט ”מיד הן נגאלין” בלשון פסק-דין הרמב אז מ'האט די גאולה האמיתית על ידי משיח צדקנו,

63וואס דאס וועט דאך זיין א גאולה לכל העולם כולו, ווי דער רמב איז מבאר בארוכה אין הלכות מלכים, אז דעמאלט וועט זיין דער אקרא אל כל העמים כולם ”שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד”,

64און ס'וועט זיין ”והיתה להוי' המלוכה” בגלוי, ובמהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions