עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-mhzb1v90

kind
paragraph
order
7k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז זי מאכט נאך די גאולה נאך שנעלער, אף על פי וואס בלאו הכי איז כלו כל הקיצין און די גאולה האמיתית מוז גלייך קומען קומט דאס נאך שנעלער, דורך דערויף וואס אידן גיבן צדקה און זיינען מוסיף אין צדקה, און זיינען מחליט אויף זיי אויך ממשיך זיין אין תורה עבודה וגמילות חסדים אויך אין די טעג נאכדעם, אויך אין די טעג אז מ'וועט שוין זיין לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה אויך מוסיף זיין, וויבאלד אז ליחדל אביון מן הארץ אפילו דעמאלט די ערשטע טעג וועט מען דארפן אנקומען צו און קענען מקיים זיין די מצות הצדקה, וואס דערפאר איז מען אויך אין די ניגונים מדייק אט די ניגונים האמורים, אין צוגאב צו דעם ניגון וואס איז פארבונדן מיט דער גאולה פון הוא אלקינו, כמדובר כמה פעמים, און דעמאלט אלס א חידוש, און יהי רצון, אז מ'זאל זינגען אט די ניגונים, ניגונים כיוצא בהם, און דאך זאל זיין די הקדמה בפשטות, אויף דערנאך טיילן צו יעדערן פון אייך, און די אלע בזכותך צו די וואס געפינען זיך דא, אויך צו דריי מטבעות, צוויי מטבעות, דערפון אפגעבן אויף צדקה פארבונדן מיט חודש אלול, און אין צדקה אין אלגעמיין, און די דריטע מטבע איז טאן מיט איר כנדבת לבכם הטהור.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions