עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

14 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס דער אפטייטש כברבים היו עמדי איז דאך דאס דער טייטש על פי נגלה, וואס דאס איז דאך וואס די גמרא טייטשט אפ דעם ”ברבים היו עמדי” אז אנשי אפשלום דער פירוש הפשוט האט דאך דאס דוד געזאגט אויף די מלחמה זיינע,

2און ווי די גמרא טייטשט דאס אפ בפרט אויף דער מלחמה מיט אפשלום'ן איז ”ברבים היו עמדי” אז די אנשי אפשלום איז אף על פי וואס זיי זיינען דאך געווען אין זיין מחנה, וואס 'לעיני בשר' זיינען זיי געגאנגען מלחמה האבן מיט דוד'ן אבער בפועל בלבם איז הי' עמדו זיי האבן מתפלל געווען אז דוד זאל מנצח זיין.

3וואס דערפון קומט דאך ארויס אט דאס וואס מ'זאגט אז ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” איז דאס אויך אין דעם ענין, אז אט דאס וואס דער אלטער רבי האט געוואלט אז ס'זאל זיין דער ”ברבים היו עמדי” אז ”כל ישראל חברים”,

4אפילו אחיהם, זאל אויך זיין די הנהגה מיט זיי, ווי ער זאגט אין די אגרת הקודש פון קטאן תי און איז מסיים וכולי האי ואולי איז דאס מתאים און דער זעלבער ענין ווי אין פשוטם של כתובים, אז אפילו אט די וואס 'לעיני בשר' האבן די מלחמה געהאלטן דעמאלט,

5איז אויך בליבם האבן זיי שוין געווען עמדי, און במשך הזמן איז דאס אויך ארויס אזוי אויך בגלוי.

6ס'דארף נאר זיין די הנהגה, ווי ער זאגט אין דער אגרת הקודש ”לא תרוק עליהם”, ווי דער רבי דער נשיא זאגט, אפילו ניט אויף אייף פון קדושה.

7און אט דעמאלט האט מען די הבטחה, אז ס'וועט זיין דער ”ברבים היו עמדי”.

8וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס ווי קומט דאס, אז ס'איז געווען אזא אתהפכא בנוגע צו דער מלוכה פון דעם צער ”מן הקצה אל הקצה”, אז תמורת זה וואס ס'איז געווען די סכנה פון עונש שאין למטה הימנו, אלס א מוריד במלכות?

9איז דערנאך געווען די גאולה אין אן אופן פון הפליא ”הוי' לעשות עמנו” אין אן אופן, אז אפילו שרי הארץ, ווי דער אלטער רבי שרייבט אים די אגרת הקודש האבן אויך געזאגט אז דאס איז למעלה מדרך הטבע.

10נאר וואס דען, זיי זיינען דאך ניט קיין בעלי בחירה, איז בשעת ס'איז געווארן דער ”ברבים היו עמדו”, איז דער רבי דער נשיא דערציילט, אז מ'האט חרטה געהאט פון צווישן אידן אויף דעם גאנצן ענין וואס האט געבראכט צו דעם מאסר, האט דאס גע'פועל'ט למעלה און אויך למטה, אז ס'איז געווארן די אתהפכא, ס'איז בטל געווארן די סיבה, איז געווארן דער מסובב ועוז מציאות.

11וואס אט דאס קומט אויך ארויס די הוראה בנוגע לפועל, כאמור לעיל, אז מ'האט די הבטחה, אז די אלע צו וועמען מ'וועט צוגיין בדרך המתאימה, וועט מען פון זיי האבן דעם מיטארבעט אין דעם אלטן רבי'ס ענין אז ס'זאל זיין, ווי די גמרא טייטשט אפ אויף דעם ”פדה בשלום”,

12אז ס'זאל ארויסקומען דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור.

13און דאס וועט ברענגען, ווי דער מאמר איז מסיים, אז פריער איז מעלה אני עליו און דערנאך ווערט דאס אן ענין של פועל, אז ”פדעני לי ולבני מבין האומות”, בגאולה האמיתית והשלימה עי' משיח צדקנו, בקרוב בימינו ממש.

14לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions