English
ספרייה
kind
paragraph
order
oB
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
קרן, און אין א צוגעגרייטן אופן, אז דאס זאל זיין די ריכטיקע צוגרייטונג אויף שטייגן גלייך צוויי מאל אזויפיל, און דערנאך פיר מאל אזויפיל וכו,' האבן זיי אט די אלע ענינים גאר אין א גרייטן אופן און א פארציקן אופן, און א שולחן ארוך, אז מ'דארף מערניט ווי צוגיין און נעמען פון די פארציקע זאכן, און נוצן דאס אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס אט דעמאלט מאכט מען פון אלע טעג, אפילו פון די וואכן טעג, מאכט מען ימים טובים און ימי פון קודש לה', אף על פי וואס דער ערשטן מאל שטייט אז ס'איז א יום קודש, איז דאס שבת, ביז קודש קדשים שבת שבתון דער יום הקדוש, גיט מען א אידן בכח, דורך זיין פארבונד מיט אידישקייט, צו תורה ומצוותי', אין א מיטן פון א וואכעדיקן טאג, פארבינדט ער זיך און די אלע ארום זיך, ביז וואנענט אז ס'ווערט אנטפלעקט אין דעם וואכעדיקן טאג און אין דעם וואכעדיקן ארט, ווערט א פלעק, ווי דערמאנט מערערע מאל, די קודש קדשים פון דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז אין בית המקדש, און די קודש קדשים פון אלע זמנים וואס דאס איז יום הכיפורים, און די קודש קדשים פון א אידישער נשמה, וואס דאס איז יחידה שבנפש, ווערן זיי אלע אנטפלעקט בכל הנוגע צו מעשה בפועל, אז דאס זאל ווירקן פונקט ווי ער וואלט געשטאנען אין קודש הקדשים וביום הכיפורים, און עובד געווען עבודתו מיט זיין יחידה שבנפש, ווי גערעדט מערערע מאל.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים