עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

74 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס כל האמור לעיל, דאס אלץ וואס ס'האט זיך גערעדט, איז דאך דאס אין כ' חשון ”בכל שנה ושנה” וואס ס'איז דאך דעמאלט דער יום הולדת פון דעם בעל המאמר,

2ס'איז דאך אבער דא ענינים מיוחדים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די קביעות מיוחדת פון שנה מסויימת, וואס על דרך זה בשנה זו קומט דאך אויס איז כ' חשון ביום השלישי בשבוע, ווי דערמאנט פריער

3קומט אויס אויך, אין א שנה וואס דעמאלט ווערט פון יום הולדת איז דורכגעגאנגען קכא' שנה, וואס ער איז דאך געבארן געווארן אין שנת כתרע, ווי דער נשיא דורנו דערציילט אין זיינע זכרונות און די רשימות,

4און ווי שוין אויך אפגעדרוקט, תרכ' א' וואס אט דעמאלט קומט אויס, אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען אין כ' חשון תשמ' ב' הויבט זיך אן דער שנת קכ"ב ענדיקט זיך שנת קכ' א' און ס'הויבט זיך אן די שנת קכ"ב.

5איז דאך ידוע דער סיפור פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, וועגן הערן א מאמר פון חסידות פון דעם בעל ההולדת אין יום ההולדת, ועד"ז אויך ווי מ'זעט דאס פון דעם מאמר פון כ' חשון אין דעם לעצטן יאר פון חיים חיותו בעלמא דין, אין תרפה,

6וואס דער מאמר איז שוין אויך געדרוקט, איז דאך אויף פסוקים פון דעם קאפיטל ששים בספר התהילים, וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער שנת השישים שלו,

7וואס עד"ז פארשטאנדיק בשנה זו בנוגע צו מזמורי תהלים דער מזמור אין תהלים קכ"ב.

8וואס אויך אט דאס וואס איז פארבונדן מיט ”ויהי הוא טרם כילה לדבר” איז דאס אויך דוקא בקביעות שנה זו ס'קען דאך זיין א קביעות פון כ' חשון לאו דוקא אין פרשה 'חיי שרה',

9עאכו"כ לאו דוקא אין יום שלישי שבו, פארבונדן מיט דעם שיעור פון יום שלישי, ס'איז דאך אבער דא א חילוק עיקרי אויף א זאך וואס איז פארבונדן מיט כל השנה כולה.

10אז ער איז עולה מדרגא לדרגא, ביז אין אן אופן ”שלא בערך בשעת” ס'קומט דער יום ההולדת פון ”מזלו גובר”, און ער הויבט אן א נייער מזמור אין תהלים,

11וואס יעדער מזמור אין תהלים האט דאך זיך זיין תוכן מיט זיין סגולה מיט זיינע ענינים, כמובן בפשטות, ובפרט על פי המבואר בכמה מקומות.

12וואס דאס איז דאך א חילוק עיקרי בהנוגע לכל השנים שלפני זה, ובנוגע לכל השנים שלאחרי זה.

13ס'איז געווען במשך השנים שעברו אויך אמאל ווען ס'האט געטראפן ביום השלישי, און וויבאלד אז ס'האט געטראפן ביום השלישי, איז דעמאלט כמובן פון די חשבונות פון עיבור החדשים וכו' מוז דאס זיין ביום השלישי פון פרשה וירא.

14וכמדובר אמאל בארוכה, ווי ער זאגט אין רמב"ם אין ”הלכות קידוש החודש”, אז בשעת ס'איז ראש השנה ”חל ביום השלישי” אט דעמאלט איז דאס שנים כסדרם.

15וואס הייסט כסדרם?

16אז חשון איז חסר און כסלו איז מלא, וואס אין דערויף קען דאך זיין שינויים, אמאל איז שניהם חסרים וואס דעמאלט ווערט די שנה אנגערופן חסרה און אמאל איז שניהם מלאים וואס דעמאלט ווערט די שנה אנגערופן בשם שלימה,

17וכשחל ראש ”השנה ביום השלישי”, בשלישי איז אט דעמאלט איז זי אלעמאל כסדרן.

18און אט דעמאלט מוז דאס אויסקומען אין פרשה וירא, און אויך דוקא ביום השלישי, ווארום וויבאלד אז דאס איז כסדרן, איז פון ראש השנה ביז דעם חודש ”אדר הסמוך לשבט”, דעם יום אחרון שבו, איז ניטא אין דערויף קיינע שינויים, וויבאלד אז מ'ווייס אז דאס איז אלע כסדרן.

19קומט דאך אויס, אז די לימודים וואס מ'האט פון ”ויהי הוא טרם כילה לדבר” איז דאס חל ב”כל אותם השנים” ווען כ' חשון איז געווען בשלישי בשבוע,

20אדער ב”כל אותם השנים” וואס ס'איז היינו הך, וואס ראש השנה איז ”חל ביום השלישי”.

21משא"כ אט דער ענין וואס דאס הויבט זיך אן דער מזמור קכ' ב' אין תהלים איז דאס אן איין און איינציקע מאל.

22אין די אלע שנים שלפני זה ושלאחרי זה, איז בשנה שלפני זה איז געווען קכ' א' א', בשנה שלאחרי זה קכ' ג', ועד"ז ”בשאר כל השנים”.

23וואס דאס איז נאכמער מדגיש די אויסנאמקייט און דער יחוד וואס מ'דארף וואס מ'דארף ארויסנעמען פון דעם מזמור.

24און ארויסנעמען, כמדובר, וויבאלד אז מ'ווייס דאך אז זיין השתדלות פון בעל יום ההולדת איז געווען מיט ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” דארף דאס זיין אין אן אופן וואס דאס איז פארשטאנדיק אפילו פאר ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”,

25און פארשטאנדיק אויך דער חילוק בדבר בא ”ראשיכם שבטיכם, אף על פי” וואס ”תורתם אומנתם” איז דאך בא זיי 'חיי עולם' העכער פון ”חיי שעה” איז דאך לכאורה קיין נפקא מינה ניט בין שנה לחברתה, ס'איז אלעמאל ”תורתו אומנתו”.

26און אין תורה איז דאך ניט שייך קיין חילוק פון זמן, ער איז מחוייב בפשטות אין 'לימוד התורה', ”לא ימוש מפיכיו”, סיי ביום און סיי בלילה, סיי בחוק און סיי בשבת ויום טוב,

27און ווי דער רמב"ם איז מאריך, און דער אלטער רבי איז דאס מעתיק אין הלכות תלמוד תורה שלו, אז אפילו א זקן און א בעל יסורים מיט די אלע פרטים ווי ער רעכנט דארט אויס, איז אויף אים דער חיוב פון ”לא ימיש ספר התורה הזה” ביז אין אן אופן ”יומם ולילה”.

28במילא קומט דאך אן נאך שווערער אמאל, מסביר זיין ”ראשיכם שבטיכם” אט דאס וואס ס'איז דא אן ענין מיוחד, אין א זמן מיוחד אדער אין א מקום מיוחד, וואס דעמאלט קומט דאס אויך אראפ א חילוק אין זיין עבודה, בשעת ער שרייט אז אין תורה איז ניטא קיין חילוק זמנים,

29ביז ווי דער ענין איז בפשטות, אז ער לערנט א חלק אין תורה וואס דארטן רעדט זיך וועגן ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, און לערנט א חלק אין תורה וואס דארטן רעדט זיך וועגן דעם חושך כפול ומכופל פון גלות דארף זיין דער קאך זיינער און דער שטורעם אין די לערנען פון די ביידע חלקי התורה בשוה ממש,

30ער קען ניט אריינברענגען די חילוקים אין זיין 'לימוד התורה'.

31וואס דערפאר איז דאך לאידך גיסא, א השתדלות מיוחדה דארף מען האבן אויף מסביר זיין דעם אויפטו פאר ”ראשיכם שבטיכם” מערער נאך ווי פאר ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”.

32בשעת מ'גיט א קוק וועגן וואס איז די נקודה וואס חזר"ט זיך איבער כמה פעמים אין דעם מזמור פון קכ"ב איז אלץ דער ענין פון אחדות ישראל, דער ענין פון שלום בין ”אחי ורעי, אדברה נא שלום בך”, ביז ווי דאס קומט אויך אראפ אין 'גשמיות העולם',

33”ירושלים הבנוי' קעיר שחוברה לה יחדיו”, בפרט נאך ווי ער טייטשט אפ אין ירושלמי אז שחוברה לה יחדיו אז ירושלים האט מחבר געווען אלע אידן צוזאמען אז ס'איז געווארן יחדיו.

34און האט אויך מחבר געווען 'ירושלים של מטה' מיט 'ירושלים של מעלה', וואס דאס איז דער צווייטער אפטייטש, כעיר שחוברה לה יחדיו ווי די גמרא זאגט אין תענית, מאיכא 'ירושלים של מעלה'?

35זאגט ער אין! אזוי שטייט בפירוש, כעיר שחוברה לה יחדיו אז 'ירושלים של מטה' איז בחיבור און איז יחדיו מיט 'ירושלים של מעלה'.

36וואס ס'איז דאך די אלע פירושים אין דעם זעלבן קאפיטל, אין די זעלבע פסוקים, וכמדובר, ס'ווערט איבערגע'חזר'ט כמה פעמים אין דעם זעלבן מזמור דער ענין פון אחדות ישראל, חיבור ישראל, וואס דאס קומט ע"י אהבת ישראל.

37און ניט נאר ווי דאס שטייט אין ענינים רוחניים, נאר ווי ער טייטשט אפ אין ירושלמי, ווי אזוי איז דאס מחבר אידן אין ירושלים אז דעמאלט איז נאמן און מ'עסט אלע צוזאמען מיט אלע פרטים, ווי דאס שטייט אויך בגשמיות כפשוטה, און

38דא זאגט מען, אז דאס ווערט דער מזמור פון תהלים על כל השנה כולה, ותחילתה איז ביום ההולדת שלו.

39און מ'איז נאך אין דערויף מסביר, אז נשבע הקב"ה אז ”אינו נכנס לירושלים” של מעלה ביז וואנענט אז נכנס אין 'ירושלים של מטה', און ווי אזוי קען זיין נכנס אין 'ירושלים של מטה' איז ווי ער זאגט אין תנחומא,

40אז ”אין ישראל נגאלים” סיידן ווען זיי וועלן פריער שטייען באחדות, וואס אזוי איז דאך אויך געווען בשעת מתן תורה, איז געווען דער תנאי בזה און די הקדמה והכנה לזה דער ”ויחן שם ישראל לשון יחיד”,

41כי ”איש אחד בלב אחד” זאגט ער אין תנחומא, אז דעמאלט האט געזאגט הקב"ה אז איצטער גיט ער תורה לישראל.

42וואס בפשטות איז דאס, וואס ווי אזוי קען זיין דער יחוד אמיתי פון אלע אידן צוזאמען, ביז וואנענט אז זיי ווערן ”כאיש אחד בלב אחד”, בשעת תורה אליין זאגט אז ”אין דעותיהן שוות” און

43כאמור לעיל אז תורה אליין איז זיי מחלק, אז דאס איז ”ראשיכם שבטיכם” און דאס איז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” מיט אלע דרגות שבינתיים, און דא זאגט מען ”כאיש אחד בלב אחד” און דאס זאגט ”תורת אמת”, אז דאס ווערט א ענין אמיתי, און ”התורה היא נצחית”, אז דאס ווערט א ענין נצחי?

44איז דאס ווי ער זאגט אין פסוק גופא אז דאס איז 'נגד ההר', אז בשעת אידן שטעלן זיך אוועק 'נגד ההר', הר סיני, וואס דארט איז ”וירד הוי' על הר סיני” ”ונתן לנו את תורתו”, עד"ז אין 'אתם נצבים כולכם', ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ ואחדים כאחד,

45כאטש ער רעכנט דערנאך גלייך אויס בהמשך הכתובים עצמם, ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך ושואב מימיך”, און מ'זאגט אז דאס איז ואחדים כאחד,

46ווי ער איז מבאר בארוכה אין לקוטי תורה על הכתוב, איז דאס דערפאר וואס דאס איז לפני אלקיכם על דרך ווי מ'זאגט ”נגד ההר”.

47וואס דאס איז דער לימוד מיוחד, די הדגשה מיוחדת, אויף דעם ענין פון אהבת ישראל, וואס דורך דערויף פועל"ט מען אויף אט דאס וועגן וואס ס'רעדט זיך אין דעם פסוק,

48אז דורך דערויף וואס ס'איז דא דער חוברה לה יחדיו איז ער מחבר יעדער אידן און אלע אידן, דורך דערויף וואס ער איז זיך מחבר מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן,

49דורך דערויף וואס ער איז מחבר 'ירושלים של מטה' מיט 'ירושלים של מעלה', וואס בא אידן גופא איז דאך דאס, וואס אלע אידן זיינען דאך 'מאמינים בני' מאמינים, איז דאך אבער דא בא זיי דער חילוק פון 'ירושלים של מעלה' אט די וואס זיינען ”ראשיכם שבטיכם” און 'ירושלים של מטה',

50די וואס זיינען זיך עוסק אין ענינים של מטה, ”חוטב עציך ושואב מימיך”.

51וואס ביידע געפינען זיך דא אויף טאן אין די ביידע ענינים, געפינען זיי זיך אלס 'בנות ירושלים', וואס דאס איז דאך די נשמה קודם שירדה למטה, ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה אין שיר השירים, און דערנאך קומען זיי אראפ אין א שליחות פון 'ירושלים של מעלה' אין 'ירושלים של מטה', מ'זאל מאכן אין דעם מטה א ירושלים,

52און דארט גופא ווערן זיי אויך נתחלק בערך זה לזה, אז דאס איז 'ירושלים של מעלה' און דאס איז 'ירושלים של מטה', דארף זיין אין דערויף דער חוברה לה יחדיו כאמור, דער ענין בפשטות,

53איחוד און אחדות פון יעדער אידן און אלע אידן, צוזאמען וואס ער ווייס אז דאס איז ”ראשיכם שבטיכם” און ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”, ווארום אויב ער נארט זיך אפ אין דערויף, איז דערנאך אז ער כאפט זיך אויף דערויף ווערט ביי אים א בלבול בעבודתו, און דאס איז ניט דער ענין פון ”תורת אמת”,

54וואס ”תורת אמת” איז מדגיש אז ס'איז פון ראשיכם ביז ”שואב מימיך”, וויבאלד אבער אז לפני אלקיכם איז דאס נצבים כולכם ”לאחדים כאחד”.

55ס'איז דאך אבער דא אזוינע אידן וועלכע מ'דארף דאס זיי מסביר זיין, וואס מאיזו סיבה שתהי' ווייסן זיי ניט דערפון, אדער זיי ווייסן דערפון, זיי ווייסן אבער ניט אז דאס מיינט מען זיי אליין, און אין זייער טאג-טעגלעכן לעבן ניט נאר ”בשבת וביום הכיפורים”, ביום הקדוש, וכיו"ב,

56נאר אויך ”אפילו בימות החול”, און אין 'ימות החול' עצמם אין ענינים פון ”עובדין דחול”, ווען ער איז ”חוטב עציך” בפשטות און ”שואב מימיך” בפשטות,

57זאל ער זיך דעמאלט נתעסק זיין אין די ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם מזמור קכ"ב", ז אז יעדער איד זאגט ער אויף דערויף ”אחי ורעי און אדברה נא שלום בך” מיט די ריבוי פעמים ווי ער חזר"ט דארטן איבער אין דעם זעלבן מזמור כמה ”פעמים, ריבוי פעמים”,

58בפרט נאך אז מ'האט דאך דאס אויך אריינגעשטעלט אין סיום פון מסכתא ברכות, וואס דאס איז דאך התחלת השעת און אויך קרוב לסיום פון תפילה בכל יום אין דעם סיום פון אין כאלקינו,

59איז מען דערנאך מסיים מיט כמה פסוקים גענומען פון אט דעם מזמור שטייט דאס בהדגשה דער לימוד אין דעם שנת קכ' ב', און התחלה בזה פון יום ההולדת פון שנה זו, וואס דעמאלט איז דאך, כמדובר,

60דער סיפור פון נשיא דורינו, אז ער געפינט זיך בהיכל של מעלה, ועל דרך ווי ער דערציילט דאס בנוגע צו שנת השמונים שלו, על דרך ווי מ'זעט דאס ווי דערמאנט פריער אין שנת השישים שלו, בחיים חיותו בעלמא דין,

61פסוקים פון דעם מזמור תהלים המתאים למספר שנותם, ובפרט לויט תקנת הבעש' טו, וואס דאס איז דאך אויך נוסף אויף דעם שיעור, ווי דערמאנט פריער, פון די ג' שיעורים חתץ, דער שיעור אין חומש אויך דער שיעור אין תהלים, און אויך דער שיעור אין תניא,

62נוסף אויף דערויף אין דעם שיעור אין תהלים כפי שנחלק לימות החודש אויך דער שיעור ווי ס'ווערט נתחדש ”מידי שנה בשנה”,

63ביום ההולדת זאל מען דערפון ארויסנעמען אין ”המעשה הוא העיקר” אויף טאן בפשטות אין דעם מבצע פון אהבת ישראל, און טאן דאס אין אן אופן פון ”למען אחי ורעי אדברה נא שלום בך”, בדרכי נועם ובדרכי שלום,

64און ווי ער זאגט דאס אין מזמור כמה פעמים, טאן דאס כמה פעמים, ניט איינמאטערן זיך, וויבאלד ער האט געזאגט איין מאל, גערעדט איין מאל, איז דאס שוין גענוג, און דערנאך זאל לדח זאל דאס אן אנדערער משלים זיין וכו', ובפרט נאך אז ער האט דאך די ראי' אז ”טרם כילה לדבר”,

65דארף זיך שוין דער ענין אויפטאן, זאגט מען אים, אז דאס רעדט זיך וועגן דיר אליין, וועסטו זוכה זיין וועט דאס זיין דברים היוצאים אין הלב, איז גלייך בא דעם ערשטן מאל איז גלייך נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם, און נאך קען נאך זיין, אויב דו וועסט רעדן טאקע מיט יוצאים מן הלב וועסטו דאך גאר ניט דארפן מאריך זיין,

66נאר ”טרם כילה לדבר” וועסטו שוין אויפטאן.

67און אויב דו זעסט אז האסט נאך ניט אויפגעטאן נאך איין מאל רעדן, צוויי מאל רעדן וכו איז צום אלעם ערשטן דארף דאך זיין ווי ער זאגט אין תניא, והבית ”שפל רוח בפני כל אדם”, צי האט ער געטאן אין דערויף אין אן אופן פון מלחמה עצומה, ווי ער איז דארט מבאר בארוכה, און איז גלייך מסביר אז מה לי בא 'סור מרע' ”ועשה טוב”,

68אז אין א ”מצוה עשה” פון 'עשה טוב' דארף אויך זיין די מלחמה עצומה אויף טאן אין דערויף מיטן גאנצן שטורעם, און אז ניט ווי ער איז דארט מסביר בארוכה, וואס אין כאן המקום און אין כאן הענין אויף איבער'חזר'ן דאס, וויבאלד אז יעדערער קען דאך א קוק טאן אינעווייניק, וועט ער זען בדיוק דעם ענין,

69דא איז מען דאך אויס אין דעם ענין פון מעשה בפועל אויף טאן אין דעם מבצע פון אהבת ישראל פארבונדן מיט ”אברהם אוהבי”, ”מדת האהבה והחסד”, וואס יעדער איד באקומט דאס בירושה,

70און וואס א יורש אמיתי איז דאך ”יורש הכל”, וואס דאס ווערט דערנאך נמשך אין די ענינים וואס בערך זה איז דאס ענינים ניט אויף אזויפיל כלליים, דער ענין פון טאן אין חינוך הכשר, ביז אין חינוך על טהרת הקודש,

71אראפברענגען דאס אין ”תורה, תפילין, מזוזה”, צדקה, ”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי', נרות שבת קודש און טהרת המשפחה און כשרות האכילה און שתי'.

72און דאס וועט אויפטאן, כאמור לעיל, ווי ער זאגט אין מדרש תנחומא, אז אידן שטייען אלע צוזאמען וואס דעמאלט איז דאך דאס ווי ער זאגט אין תניא פרק לב,

73אז ”כולנו כאחד” ווערט דער ”ברכנו אבינו באור פניך” ביז אז דאס ברענגט דער האר ”הוי' אלקי הצבאות” פניו אלינו ונושעה אין די ישועה האמיתית והנצחית, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובמהרה בימינו ממש.

74לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions