פסקה
פסקה rh-mbknae8r
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-p9xxa65v
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי ס'פירט זיך בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, איז מען זיך משתדל, אז ס'זאל ארויסקומען א טובה אויך פאר די אידן וואס זיינען דערביי מאיזו סיבה שתהי'ניט געווען, דורך דערויף וואס מ'וועט זיי דערנאך איבערגעבן וועגן די זאכן און ענינים וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט, און די אידן וואס רחמנא ליצלן דארפן זיי אנקומען צו א הילף אין געלט כדי זיי זאלן קענען ממשיך זיין שמחת סוכות, מיט א הרחבה און מיט אן אמת'ע שמחה, פעלט זי נאך גענוג געלט אויף דעם, אדער ס'פעלט א ביסל געלט, אדער די שמחה קען זיין נאך גרעסער, אויב זיי וועלן האבן נאך געלט, איז דערפאר איז מען אויך מוסיף אין דעם ענין הצדקה צדקה", וואס ס'האט אויך אין זיך די סגולה, אז דאס איז מזרז וממאר את הגאולה, דאס ברענגט נאך שנעלער און נאך גיכער, אז ס'זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און געזאגט ווי תורה האט אפגע'פסק'נט, אז ס'איז אין ישראל נגאלין אלא בצדקה, בשבי'בצדקה
- proofread
- 0