עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-maxt24b5

kind
paragraph
order
c
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בפועל איז דאס נאך אלץ ניט זיין מעשה, דאס איז א מעשה פון דעם צווייטן, נאר אים קומט אין דערויף שכר, ווארום ער האט אים דערצו צוגעבראכט, אבער ניט דעם ענין איז מען עושן ארויסצוברענגען בפועל. און די כוונה בזה איז, אז ס'איז דא אזוינע, כמדובר, אז וויבאלד אז מ'דארף יעדער ענין האבן, עכ״פ שלשה פנים, הוה חזקה, זאל ער אנשרייבן אויף דעם צעטל, כאמור לעיל, שמו ושם אמו ושם המשפחה, כדי מ'זאל זיך פאנאנדערקלייבן, און אנשרייבן דריי דברים חדשים וואס ער האט געטאן במשך השנה פון דעם י'ביז-י'י'ג'תמוז פון דעם יאר שלפני זה, ביז י'ביז-י'י'ג'תמוז פון שנת תסמר תשמח ושנת הקהיל, און מ'זאגט נאכאמאל, אז מ'מיינט ניט אז מ'זאגט ענינים של גאיבה וישת וכיוצא בזה, מ'מיינט דאס ארויסברענגען און די רחמנא ליצלן וואס זיי האט נאך אלץ ניט דערנומען בכל הענינים-אפשר וועט דאס העלפן, אז זיי וועלן זיך פארשעמען פאר זיך אליין, אז ס'קומט צו אזא דבר פשוט, וואס נשיא דורנו דער רבי דער שווער, האט זיך אויסגעגעסן די הארץ און אויסגעגעסן כל ענינים שלו, און זיך מוסר נפשו געווען בפועל, אז ס'זאל ארויס דוקא ענינים של מעשה בפועל וכו,' און ער קען ניט צושטעלן פאר א יאר צייט דריי מעשים בפועל וואס ער האט געטאן ברוחו, וואס ער איז זיכער, אויב ער האט געהאט דעם זכות אליין קענענדיק דעם שווער, ער האט געהערט וועגן אים, אדער ער דערקענט אים פון זיינע שיחות און פון זיינע תורות, וואס אנא נפשי כתבית יהבית איז דאך דאס דער סדר בא צדיקים דומם לבוראן על אחת כמה וכמה נשיא דורנו, זאל ער ביי זיך אליין באטראכטן, בשעת ער שרייבט אריין אט די דריי מעשים, אז ער איז זיכער ביי זיך, אז דער בעל הגאולה באטראכט דאס, אז דאס איז מעשים וואס זיינען געטאן געווארן ברוחו של בעל הגאולה בכלל, ועוד ובמיוחד ברוחו של בעל הגאולה אין צונאמענהאנג מיט זיין גאולה, וואס ווי ער זאגט איז דאס לא אותי בלבד גאר לקב,"ה נאר כל אחד
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions