English
ספרייה
kind
paragraph
order
RY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דערנאך קומט מען צוגיין און מ'זאגט, אז אף על פי מ'איז מתפלל שיבנה בית המקדש, ווארום דערוויילע איז ער נאך חרוב, בהנוגע אבער אין דער נשמה פון דעם בית-המקדש און די רוחניות פון בית-המקדש, איז דאס א זאך פון ושכנתי בתוכם ווארום ועשו לי מקדש בשעת א איד מאכט פון זיך א מקדש צו דעם אויבערשטן, איז אט דעמאלט זאגט דער אויבערשטער ושכנתי בתוכם אז ער רוט אין דעם בית-המקדש וואס דער איד האט געמאכט פון זיך און פון זיין הויז, און פון זיין נשמה און גוף, ווי דערמאנט מערערע מאל כמה וכמה פעמים. און דאס גיט אים די רעכט, אז ער ווערט דעמאלט, וויבאלד אז נדבה רוחו אז ער זאל דאס וועלן טאן באקומט ער און טוט די אלע עבודות רוחניות אין דעם טאג, אפילו ווען דאס וואלט געהערט צו אן אנדערן, אבער וויבאלד אז ביי אים איז געווען דער ענין, ווי דער לשון הרמב,"ם, אז כל איש ואיש אשר נדבה לבו, אז בשעת זיין הארץ האט באשלאסן און גע'פועל'ט אויף אים, אז ער שטעלט זיך אוועק פון א לוי, וואס א לוי איז דאך דער אפטייטש אז ער איז א צוגעהאפטענער און מחובר'דיקער, ביז ווי א כהן גדול, ווי דער רמב,"ם ברענגט אראפ, אז זיין גאנצע לעבן און בגרי צו זיין א כהן גדול ביי דעם אויבערשטן אט דעמאלט איז ניט קוקנדיק וואס פאר א טאג דאס איז, און וואס פאר אן ענין דאס איז, האט ער די מעגלעכקייט, און הוי'תומך גורלי דער אויבערשטער אליין העלפט אים ארויס ער זאל קענען ארויסברענגען זיין החלטה בפועל ממש, אז גלייך ברוחניות נעמט פון אים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים