עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

35 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בכלל איז דאך יעדער ענין ביי אידן, וויבאלד אז תורה זאגט אז ”המעשה הוא העיקר” איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדער זאך דארף סוף-כל-סוף ארויסקומען אין א מעשה בפועל,

2עאכו"כ אן ענין וואס איז פארבונדן מיט ”מנהג ישראל”, וואס דאס איז על דרך פון די איצטערדיקע התוועדות, צוזאמענקלייבן זיך, וואס דאס איז דאך געווארן א ”מנהג ישראל” שוין העכער הונדערט און זעקס און זעכציג יאר, אויף צוזאמענקלייבן זיך אין דעם טאג, כדי צו דערמאנען זיך, און ניט נאר במחשבה ודיבור,

3נאר אויך איבערלעבן די גאולה פון רבינו הזקן, פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס דערמאנט זיך, און דאס איז דאך געקומען אלס א תוצאה און אלס א המשך און אן אפשלוס פון זיין מאסר,

4פון דעם ארעסט איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז על אחת כמה וכמה אז די כוונה און דער תכלית דערפון איז, אז דאס זאל אראפקומען בפועל, במאסר.

5און אין וואס פאר אן אופן זאל דאס אראפקומען במאסר וועט מען דאס פארשטיין פון די ווערטער פון דעם בעל הגאולה והשמחה אליין, פון דעם אלטן רבי'ן, ווי דער רבי, דער נשיא דער שווער, דערמאנט דאס אין שיחות, און שוין אויך געדרוקט אין ליקוטי דיבורים, אז דער טאג וועט זיין חקוק בישראל שבא.

6וואס די רייד זיינען דאך פון א נשיא בישראל, וואס איז איבערגעגעבן געווארן אזוי מדור לדור ואדורנו זה איז דאך יעדער ווארט אין דערויף מדוייק.

7אויך אין דעם וואס ער קלייבט דא אויס דעם אויסדרוק חקוק, וואס דאס מיינט זיך אויסגעקריצט ניט נאר געדיינקען אדער פארשרייבן, אדער אין אן אנדער אופן דאס זאל דאס אראפקומען ”מידי שנה בשנה”, נאר דאס זאל אראפקומען אין אן אופן פון חקיקה.

8וואס וואס איז דער אונטערשייד פון חקיקה ביז כתיבה, אדער רשימה אדער די אנדערע ענינים וואס ס'איז דא אין דעם, וואס בכללות טיילט זיך דאס אויף צוויי סוגים.

9אז מ'וויל איבערגעבן א זאך, איז דאס אדער דורך שרייבן אדער דורך אויסקריצן דערקלערט דאס און ערקלערט דאס דער בעל השמחה אליין אין די דרושים וואו ער רעדט דעם חילוק פון חקיקה ביז כתיבה,

10אז כתיבה איז דאס א באזונדער זאך פון דעם ענין אין וועלכן מ'שרייבט, וואס ווי מ'זעט דאך אין וואס פאר אן אופן קומט ארויס כתיבה אז מ'נעמט דיו און מ'שלייבט אויף קלף, מיט טינט אויף פארמעט אדער ווי איצטער אויף פאפיר,

11וואס די טינט וואס דאס גיט ארויס די צורת האותיות, און גיט איבער דעם זכרון הדברים איז דאס א באזונדער ענין פון דעם פארמעט און פאפיר אויף וועלכן דאס ווערט געשריבן,

12משא"כ אנדערש אבער אין אן אופן פון חקיגה פון אויסקריצן, איז דאס ניט די אותיות א באזונדער זאך פון דעם ענין אין וועלכן זיי ווערן אויסגעקריצט, נאר דאס ווערט אויסגעקריצט אין דער זאך אליין אין וועלכע די אותיות שטייען.

13אז דאס איז אן אבן טוב, אדער ווי דאס איז געווען אין דעם ענין פון די לוחות, אז ס'איז געווען ”חרות על הלוחות” אויסגעקריצט אין די לוחות, איז זיינען דאך די אותיות פון עשרת הדברות געווען איין זאך מיט דעם אבן מיט די לוחות אבן אין וועלכע ס'זיינען געווען אויסגעקריצט.

14און אז דער אלטער רבי, בעל הגאולה, דריקט אויס זיין רצון ותקוה, און ער זאגט דאס אין א לשון של הבטחה, אז אזוי וועט זיין דער יום הגאולה, חקוק אין ישראל סוה אין אן אופן פון אויסגעקריצט מיינט דאס,

15אז ווען ווערט אויסגעפירט די כוונה ווען דאס איז ניט א זאך אויף וועלכע מ'דערמאנט זיך, און דאס בלייבט ווי צוויי באזונדערע זאכן, ס'איז דא אט דער מענטש וואס דערמאנט זיך אויפן ענין, און דאס ברענגט אים טאקע צו פעולות און מעשיות, ווארום ער דערמאנט זיך און לעבט דאס איבער.

16אבער אף על פי כן איז דאס ניט ”עד מצוי הנפש”, דאס נעמט אים ניט אויף דורך און דורך דאס איז א זאך וואס ס'איז צו אים טאקע נאען, ביז וואנענט אז דאס ברענגט ביי אים ארויס אן אונטערשייד אין מעשה בפועל, ס'איז אבער אף על פי כן איז דאס נאך ניט ער אליין.

17און אט דא האט מען די הבטחה, אז דער יום הגאולה וועט זיין אין אן אופן פון חקוק, אז דער דערמאנען זיך וועט זיין אין אזא טיפקייט און אין אזא פארנעם, אז דאס וועט פאראיינציקט ווערן די איבערלעבונג פון מאסר והגאולה מיט דעם מענטשן וואס וועט דאס דערמאנען זיך אויף דעם,

18און וועט דאס איבערלעבן ביז אז ער און דער תוכן הענין וועט ווערן איין זאך.

19וואס דער אונטערשייד איז, אז בשעת דאס איז א זאך וואס איז נאענט ס'איז אבער א באזונדער זאך, דארף ער יעדער מאל באטראכטן זיך, און דאס ברענגט אים צו טאן וואס מ'דארף טאן, משא' כן ווען ער איז טרוט בין אן אנדער זאך, ווען דאס רעדט זיך אבער וועגן אים אליין, וועגן זיינע אברים און זיין גוף און זיין נפש,

20און זיין גאנצע מציאות דארף ער ניט האבן קיין באזונדער התבוננות און אריינטראכטן זיך, און דעמאלט וועט ער ערשט קומען צו די מסקנות און די פעולות הראויות, נאר דאס טוט זיך ביי אים בדרך טבע,

21ווי מ'זעט, אז בשעת ס'גייט דורך א צייט וואס ער האט ניט געגעסן, דארף ער ניט האבן קיין התבוננות אויפן זייגר, ער שוין דורכגעגאנגען אזויפיל שעה וואס ער האט ניט געגעסן, דארף ער עסן נאכאמאל, נאר ער הערט בדרך ממילא אן פילן א רגש פון אונגער, וואס דאס גיט אים א שטות בדרך הטבע אויף צו עסן אדער טרינקען לרבות צימנו.

22על דרך זה אויך איז, אז ס'קומט אט די געלעגנהייט וואס זי איז פארבונדן מיט י ט כסלו, והענינים וואס קומען ארויס פון דעם ענין המאסר והגאולה איז דעמאלט בדרך ממילא האט ער דעם געפיל,

23אז ער דארף זיך פארנעמען מיט די זאכן וואס דער בעל הגאולה האט זיך אויף זיי מוסר-נפש געווען, און וואס צוליב דעם איז געווען דער ענין המאסר, און וואס ס'האט זיך אויסגעלאזן מיט ”דידן נצח” מיט דעם ענין הגאולה,

24און וואס פון דעמאלט האט ער אנגעהויבן אין דערויף טאן נאך ”ביתר שאת וביתר עוז”, כמבואר בארוכה אין די סיפורים פון ”ימים ההם בזמן הזה”.

25וואס די נקודה אין דערויף איז פארשפרייטן תורה, וואס תורה איז דאך אויך ווי געזאגט פריער ”המעשה הוא העיקר” גדול תלמוד 'שמביא לידי' מעשה אז ער ברענגט אין א מעשה בפועל,

26ובפרטיות די הפצת המעיינות פון 'פנימיות התורה', פון תורת החסידות, אויף דאס פארשפרייטן ביז וואנענט דאס וועט צוקומען אין חוצה אויך, עאכו' כמה וכמה אין פנים, און עאכו' כמה וכמה בא זיך אליין, און בא ס'וועט זיין זיינע אייגענע ד' אמות.

27און דאס וועט זיין אין אן אופן פון חקיקה, אז ניט ער דארף זיך אוועקזעצן און מתבונן זיין זיך און האבן א גאנצע שקלא וטריא מיט זיך, אז איצטער איז געקומען די צייט אז ער דארף זיך פארנעמען מיט הפצת המעינות און הפצת היהדות בכלל נאר אזוי ווי ער טוט אין אלע זיינע גופניות'דיקע זאכן, וואס דאס איז זיין מציאות, ווי ער זאגט אין תניא,

28אז בא בינונים איז ניט דער גוף דער טפל, נאר אדרבא דער ענין הרוחני איז ביי אים א טפל, פילט ער דעם גוף וצרכי הגוף, און צו ענינים רוחניים דארף ער האבן התבוננות.

29משא"כ אבער אט דא האט מען די הבטחה, אז ס'וועט ווערן חקוק אין אט די וואס וועלן קומען דערנאך אין דורות שלאחרי זה, וועט דאס זיין אין אן אופן פון חקיקה אז בדרך טבע אז דאס וועט ווערן ביי אים א טבע,

30אז ס'קומט ”בימים ההם ובזמן” הזה נעמט ער אן אויף זיך החלטות טובות אן איבעריקע התבוננות, נאך בדרך המובן מעצמו, אז ס'קען גאר ניט זיין אנדערש, וואס דאס איז דאך נעמט דאך אראפ די מדידה והגבלה, א זאך וואס קומט על ידי התבוננות איז ביז וואנענט די התבוננות דערגרייען,

31אבער ניט מערער און ניט ליינגער, אז דאס קומט אלס א תוצאה פון זיין מציאות, אז דאס איז אויסגעקריצט אין זיין מציאות, איז כל זמן זיין מציאות איז א מציאות וועט ער טאן אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די גאולה ומטרתה וואס דאס איז לשם הפצת המעיינות חוצה.

32און כאמור לעיל, אז ”אין המעשה הוא” העיקר, אז ניט נעמען דעם שעט, וואס דער טייטש איז וואס דער אלטער רבי זאגט אז ס'וועט זיין חקוק, נאר אז דאס זאל אראפקומען אין א מעשה בפועל, אין א תוספת 'חיות ואור', אין הפצת המעינות חוצה,

33מתוך הכי כללות הפצת היהדות, בכל מקום שידו מגעת, און טאן דאס מתוך שמחה וטוב לבב, און וואס דעמאלט וועט אין דערויף זיין די הצלחה מרובה אז ווי ס'איז געווען ”שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה” אזוי וועט אויך זיין בדורנו זה למטה מעשרה טפחים,

34בהצלחה מופלגה בכל ענינים וואס דער בעל הגאולה האט געמאנט, און געגעבן כוחות אויף דורכפירן זיי בפועל זאל מען דאס אפטאן אין א פועל ממש, ובהרחבה, ביז אין אן אופן פון ”ופרצת ימה וקודם וצפונה ונגבה” נחלה בלימוד שרים.

35לחיים. לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions