עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-m5hvktyy

kind
paragraph
order
A
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויף אפשאצן די כוחות וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אין א זמן סגולה, א זמן וואס תורה רופט אים אן בשם ראש השנה, אז דאס האט דערנאך א מאכט און דאס פירט אן מיט א גאנצן יאר, און דער ראש השנה איז דאס פארבונדן מיט אילן, וואס דאס איז דאך אויך בגימצעי די שמות קדושים, כמדובר כמה פעמים, בפשטות דאס אונטערשטרייכט בא יעדער אידן, את העולם כולו נתן בלבם, אז יעדער זאך וואס א איד זעט, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, דארף ער דערפון ארויסנעמען א הוראה בנוגע צו פעולתו, וואס ער דארף אויפטאן אין תפקידו בעולם, וואס אני נבראתי לשמש את קוני אז ער דארף מאכן פון דער וועלט א באתי לגני כידוע די אריכות אין דעם המשך פון הילווה, פון בעל הילווה, פון יו'ד שבט, וואס ס'איז דאך געווען מיט א פאר טעג צוריק, אז דאס גאנצע וועלט רופט דער אויבערשטער אן בשם גני וואס בפשטות איז דאך אויך פארבונדן אן ענין מיט צמיחה, און א צמיחה פון דעם אמת'ן גן, עושה פירות טובות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, ובפרט נאך לויטן מנהג ישראל וואס תורה הוא, אז פירות וואס מ'עסט אין ראש השנה לאילנות איז מען מהדיר אז ס'זאל זיין פון פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל, דערמאנט דאס אויך יעדער אידן אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען דעם ענין פון ארץ ישראל, און ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז דאס איז א לאנד וואס געהערט צו יעדער אידן די גאנצע לאנד אינגאנצן, אף על פי וואס על-פי נגלה איז דאך דא אין דערויף די צוויי דעות, אז יעדער איד האט א חילוק אין ארץ-ישראל, און אין דערויף איז דאך אבער דא די צוויי דעות, איז דאס אמא אחת, צי ד'אמות פארבונדן אויך מיט דעם דין וואס יעדער איד קען שרייבן פרוסבול, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש נאך בזה, וואס אויף שרייבן א פרוסבול דארף מען דאך הא�
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions