English
ספרייה
kind
paragraph
order
Tl
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס קומען לאחרי זה, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער זעט, אז ער איז שוין ראוי און קען שטייגן נאך העכער אין דער אפלערנונג פון דעם איבעריאר האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט, וויסנדיק אז ער האט צו טאן מיט אן עם חכם ונבון, אז אויך בא זיי זאל זיין דער מוני ללבנה צוזאמען מיט דעם עיבור פון דעם שמש זאל בא זיי אויך זיין יעדערע צוויי דריטער אדער פערטער יאר זאל צוקומען נאך אן אפלערנונג פון דעם עיבור. און וויסנדיק שוין איצטער, אז ער שטייט אין אן אופן, אז אין צוויי יאר ארום אדער אין דריי יאר ארום וועט ער שטייגן נאך העכער איז דאך פארשטאנדיק, אז איצטער נוצט ער אויס אין דער פולסטער מאס, און זאגט-אן זיך, און זאגט-אן די משפחה, און זאגט-אן אפילו זיין עלטערן אז ער בעט בא זיי, אז זיי זאלן צוגרייטן אלע זיינע זאכן אין אזא אופן ער זאל קענען נאך העכער שטייגן אין די אלע ענינים, כולל אויך די אפלערנונג פון עיבור, און טאן דאס בשמחה ובטוב לבב ובבריות הנכונה. וואס דאס איז נאכמערער מצליח דעמאלט, אז דער אויבערשטער איז מצליח מ'האט ניט קיין בלבולים, ווארום דער גוף איז א געזונטער, ווארום די נשמה איז א געזונטער, האט מען אלע זאכן אין א געזונטן אופן, ברוחניות ובגשמיות, טוט מען נאכמערער, און מיט נאכמערער חיות און מיט נאכמערער שמחה, און דאס פועל'ט נאכמערער אין די אלע טעג וואס קומען לאחרי זה, עד כדי כך אז דאס פועל'ט אויך אויף די יארן וואס קומען לאחרי זה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים