עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-m44b0rry

kind
paragraph
order
7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך דא התחלה פון היינטיקן יאר, פון תשמח און תשמח, פון ימי הגאולה פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, במילא זיך לכל לראש איז פותחין בברכה פון זאגן א גוט יאר-טוב. אט די אלע וואס זיינען דא און די אלע וואס הערן, און די אלע וואס מ'האט זיי דערנאך איבערגעבן, אבער צו וועלכע ס'וועט דערגיין איז דאס פאר יעדערן און פאר אלעמען צוזאמען, ביז ווי ער ז אין דעם מכתב הידוע פון זעכציק יאר צוריק, פון בעל הגאולה, אפילו אזא וואס בשם ישראל יכונה איז אויך א מצוה אים איבערגעבן דער ענין פון א גוט יום-טוב, אז דאס מיינט מען אים וגני ביתו, און דורך דערויף חלקו בעולם, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דאס ווערט גלייך פארבונדן מיט תורתו פון דעם בעל הגאולה, פון דער נשיא הדור, און תורתו בכלל ותורתו במיוחד פארבונדן מיט ימי הגאולה. וואס אף על פי וואס ס'איז דאך דא כמה וכמה מאמרים, ס'איז דאך אבער פארשטאנדיק וגם פשוט אז יעדער ענין פון גאולה איז פארבונדן מיט ברכת הגומל, וואס דאס איז דאך אן ענין פון גאולה הכללית און גאולה פרטית וכו'וכו,' וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין אז ס'דארף זיין בפני עשרה וטרלים יניי רבנים וכו'וכו וואס דערפאר איז דאך אויך עטלעכע פון די מאמרים פון דעם קונטרס הגאולה און אויך די מאמרים פון די שנים שלאחרי זה, הויבט זיך דאך אויך אן מיט די התחלה פון הגומל לחייבין תיבות שגמלני טוב, אדער די התחלה נאך און פאר דרי ם, אז ד' חייבים להודות, און דערנאך רעכנט מען אויס ווער די ד'זיינע, וואס דער ראשי-תיבה שלהם איז חיים וואס דאס איז דאך אויך דער קשר מיוחד וואס מ'רעדט אלץ דעם משך השנה פון והחי יתן אל לבו, וואס בשעת מ'זאגט והחי יתן אל לבו איז דאך דאס גופא מדגיש, אז ס'איז חיים לשון רבים, ערשט איז ער נאך איידער יתן אל לבו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions