פסקה
פסקה rh-m3nc9chh
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-8nkrejsc
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, ווי אבינו שבשמים וויל און האט געגעבן דעם כח מ'זאל דאס קענען טאן בפועל ממש, און טאן דאס בתכלית השלימות כדבעי לי'למיעבד, און טאן דאס אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור לעלות בקודש שטייגן אלץ מערער און מערער אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז ס'שטייגט נאכמערער, די אלע ברכות והצלחות וואס דער אויבערשטער גיט צו די בני-מצוה און בנות מצוה, און אלע זייערע קרובים, ובמיוחד די וואס האבן זיי מחנך געווען אין דעם אופן. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם מנהג, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז ס'איז נתפשט געווארן אלץ מערער און מערער, אז א בר-מצוה הויבט אן און זאגט זיין קאפיטל תהלים, וואס איז מתאים למספר שנותיו, במילא אז ער איז געווארן אלט דרייצן יאר, על דרך זה המיידעלע צו צוועלף יאר, הויבט אן דער אינגל צו זאגן דעם מזמור תהלים, מזמור יד ד, על דרך זה המיידעלע דעם מזמור יד ג, און על דרך זה אויך גיבן זיי לצדקה אין טאג ווען זיי זיינען געווארן בר-מצוה אדער בת-מצוה, דאס קומט אויס בשבת אדער ביום-טוב, גיט מען די צדקה ערב דעם טאג, און אויך אויף מארגן און נאך דעם טאג, ועל דרך זה אויך טוען מעין זה די פאטער זייער און די מוטער זייער און די באבעס און זיידעס און די קרובים וקרובות.
- proofread
- 0