English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

35 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דער צוזאמענקלייבן און די התוועדות היינט איז דאך דא אין צוזאמענהאנג מיט דער באפרייאונג פון דעם אלטן רבי'ן און דעם מייסד פון חסידות חב"ד מיט כמה וכמה שנים, מיט פילע יארן פאר דעם יאר, וואס ער איז געווען בתפיסה פאר זיין שיטה, וואס ער האט איר געוואלט פארשפרייטן און איינפלאנצן ביי אידן,

2און אזוי ווי ס'איז געקומען דאס האט מעורר געווען, ער וועגט ניט פארשטענדוניש פון באשטימטע קרייזן האט דאס דערנאך געבראכט, אז סוף-כל-סוף האט מען געזען, אז די ממשלה די רעגירונג פון יענער צייט אין רוסלאנד זאל אים ארעסטירן, פארהאפטן, און ביום י' טז כסלו האט מען אים באפרייט פון דער תפיסה.

3וואס וויבאלד אז דער גאנצער ענין התפיסה איז דאס ניט געווען קיין פערזענליכע און פריוואטע זאך, נאר דאס איז געווען פארבונדן מיט זיין שיטה, און ניט נאר ווי דער שיטה פאר זיך און פאר דעם ענגען קרייז פון זיינע קרובים און תלמידים, נאר דערפאר וואס ער האט דאס געוואלט ברענגען צו יעדערן פון אידישן פאלק,

4מקרוב און אפילו מרחוק, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז די גאולה די באפרייאונג איז דאס א באפרייאונג ניט נאר פון דעם מענטשן ווי גרויס ער זאל ניט זיין, נאר אויך ובעיקר פון דער שיטה און פון דעם צוגאנג,

5אז דאס וואס דער אלטער רבי האט דאס אנגערופן בשם חסידות חב"ד דארף דאס געבראכט ווערן, און דאס איז דער נצחון וואס איז געווען ביום תת כסלו, אז דאס קען געבראכט ווערן און סוף-כל-סוף וועט דאס געבראכט ווערן ל”כל אחד ואחת מישראל”,

6ווארום דאס איז אן ענין וואס איז שייך צו יעדערן, און ס'איז גוט פאר יעדערן, במילא איז פארשטאנדיק אז דאס איז נויטיק פאר יעדערן.

7און אויך, וויבאלד אז דער אופן הגאולה איז דאך געווען אויף א באשטימטן וועג, ווי דער אלטער רבי שרייבט דאך אין אגרת הקודש שלו אין דעם בריוו ער באשרייבט ווי אזוי ער איז באפרייט געווארן,

8אז דאס איז געווען כשקראתי ווען ער האט געלייענט און געזאגט אין תהלים דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” איז אט דעמאלט יצאת בשלום איז דערפון אויך פארשטאנדיק נאך א נקודה,

9אז דאס וועט געבראכט ווערן און דאס וועט מצליח זיין אז דאס זאל ווערן די שיטה פון כל אחד ואחת מישראל אין אן אופן פון בשלום, ביז אין אן אופן אז יענער וועט סוף-כל-סוף אויך זאגן און דאנקען ”פדה בשלום נפשי”.

10וואס חסידות חב"ד איז טאקע א שיטה אין חסידות, דאס קומט דאך אבער נאך די שיטת חסידות הכללית, ווי דער רבי דער נשיא רופט דאס אן די שיטת הבעל שם טוב נאר אין דערויף איז צוגעקומען אן ענין עיקרי,

11אז דאס זאל ווערן פארבונדן מיט חבד, וואס דעמאלט גיט דאס אן אנדער פארנעם און א טיפע פארשטענדעניש, וואס אט די פארשטענדעניש און 'הבנה והשגה' ווירקט אויך אויף די מדות ורגות שבלב, וואס דעמאלט איז אויך די מעשה וואס ”המעשה הוא העיקר” קומט ארויס אין א גרעסערן אופן און אין א טיפערן אופן און אין א לעבעדיקערן אופן.

12און ווי מ'זעט דאס בפועל, אז א מעשה וואס די מעשה ווערט געטאן דורך אברים הגשמיים, דורך יד ורגל הגשמיים,

13איז ווען דאס טוט זיך אבער בהסכם ועל ידי הבנת השכל שבמוח, וביחד אים ההרגש שבלב, אז ער פארשטייט אז ער דארף דאס טאן,

14און צוזאמען דערמיט האט ער אויך א געפיל אין דעם טאן, איז אט דעמאלט, אף על פי וואס ”המעשה הוא העיקר” סוף-כל-סוף דארף מען האבן די מעשה בפועל, און דאס קען מען ניט פארבייטן ניט מיט רגש הלב און ניט מיט שכל שבמוח, וואס דאס איז דאך דער ענין השולחן-ערוך,

15פסקי דינים, הלכה למעשה, וואס אויף דערויף איז דאך געבויט דער לעבן פון א אידן פון דעם ערשטן רגע וואס ער ווערט געבארן ביז דעם לעצטן רגע עלי אדמות,

16וואס ס'איז הי' ימיו ס'איז שבעים שנה בגבורי שמונים שנה ”והיו ימיו מאה ועשרים שנה” איז דאך דער שולחן ערוך ענינו אויף מדגיש זיין און מבאר זיין און זיין דער 'מורה דרך', א שולחן ארוך לפניו ווי אזוי צו פירן זיך במעשה.

17ובפרט לויט דעם ביאור פון דעם אלטן רבי'ן אליין, פון בעל השמחה והגאולה, ווי אזוי די מעשה דערליינגט טיפער, אפילו ווי רגש שבלב, על אחת כמה וכמה פון שכל שבמוה.

18אנטפלעקן אבער אט די טיפקייט אין מעשה קען דאס געטאן ווערן במילואה, אין דער פולסטער מאס ווען דאס קומט ביחד מיט דער הבנה וואס אין חבד שבנפש, וביחד מיטן רגש שבלב.

19וכאמור, ווי מ'זעט דאס בפועל, אז מ'טוט אן ענין בידו, וואס דאס איז דאך אן ענין של מעשה, אויב אבער בשעת מעשה האט ער דעם פולן 'הבנה והשגה' שבשכל, אז ער דארף אזוי טאן, און האט דעם פולן הרגש שבלב, אז ער האט דעם געפיל אין דעם טאן אט דעמאלט טוט זיך דאס אפ מיט דעם גרעסטן אופן און מיטן טיפסטן אופן און אויפן לעבעדיקסטן אופן.

20וואס דאס איז דאך פון די יסודי החסידות, אז אין יעדער ענין זאל דאס זיין צוזאמענגעהעפט מיט דער כוונה און מיט דעם חיות און מיט די ליכטיקייט, מיטן אור שבזה, וואס אט דעמאלט קומט ארויס א דבר שלום.

21וואס דאס איז דאך אויך שלום האט דאך די ביידע טייטשן, אי שלום היפך מלחמה און שלום פון לשון שלימות, אז בשעת די פדיה וואס זי קומט אין אן אופן פון שלום דאס הייסט מיט א הסכם פון כל הצדדים איז אט דעמאלט איז דאס א פדי' שלימה, א גאולה שאין אחרי' גלות.

22וכאמור לעיל, אז פון יעדער ענין איז דאך א הוראה במעשה בפועל, אז אט דאס וואס ס'איז געווען אין חסידות הכללית די תנועה אז ס'דארף זיין אזוב תעזוב עמו אז אף על פי וואס פון א אידן ווערט ערווארטעט אז ער וועט מגביר זיין הצורה על החומר,

23והרוחניות על הגשמיות ו”הנשמה על הגוף” איז ניט דער פשט, אז די נשמה דארף אפווארפן דעם גוף, און זיך גארניט משתף זיין אים דער ענין פון סיגופין,

24ביז וואנענט דאס קומט אראפ אין אן אופן פון סיגופין ווי תעניות, נאר ווי דער בעל שם טוב האט דאס אפגעטייטשט אזוב תעזוב עמו אז אף על פי וואס חמורות עונך אז דער חומר הגוף מצד הטולדא והטבע האט ער ניט ליב קיין ענינים רוחניים,

25ביז וואנענט אז ער האט דאס גאר פיינט ווארום דאס שטערט אים צו זיין טבעיות וואס ליגט אין חומר אין גשמיות וחומריות.

26ס'ווערט אבער ערווארטעט, און דאס איז דער תפקיד הנשמה, ווי דער רבי זאגט אין תניא, אז הנשמה לא ירדה למטה לתקן עצמה, נאר לתקן את הגוף 'ונפש הבהמית', אז די נשמה זאל איבערמאכן מתקן זיין דעם גוף, אז דער גוף זאל וועלן ארבעטן צוזאמען מיט דער נשמה אין 'לימוד התורה' אין 'קיום המצוות'.

27און ווי גערעדט מיט די מקודה שבדבר פון חסידות חב"ד, אז ניט נאר דער כח המעשה שבגוף איז מסכים אויף צו טאן די מעשה נאר כל הכוחות פון דעם גוף, פון דעם נידעריקסטע און די לעצטע וואס דאס איז מעשה,

28ביז די העכסטע וואס דאס איז דער ענין השכל והחבוד שבמוחין איז בא זיי ביי אלעמען דער אזוי ווי מ'איז צוזאמען מיט דער נשמה דינט מען דעם אויבערשטן לעשות צדקה וחסד דורך 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות',

29און ווי די גמרא שטעלט דאס אויס אויפן פסוק פון ”פדה בשלום” אין די דריי ענינים כלליים דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור.

30וואס דורך דעם אלעם טוט זיך אפ די גאולה על דרך ווי ס'איז געווען ביים בעל הגאולה בא דעם אלטן רבי'ן, מיט הונדערט און זיבעציק יאר צוריק, איז דאס ניט א זאך וואס איז געווען בעבר,

31און מ'דערמאנט זיך אויף זכרון, נאר דער זכרון ברענגט אריין חיות און ליכטיקייט אין דעם הוה, אין דעם היינטיקן יו טס כסלו פון תשכף ט לכל אחד ואחת וואו א איד געפינט זיך, אז ביי אים זאל היינט זיין די גאולה,

32דער ”פדעני לי ולבנו מבין אומות העולם”, מ'זאל אים ארויסנעמען פון די אלע ענינים וואס זיי זיינען א 'העלם והסתר' אויף צדקה ומשפט, פון די ענינים וואס זיי זיינען מבלבל צו ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, און אין אן אופן פון שלום איז דא דער פדה נפשי,

33וואס די גאולה הפרטית ווערט דאך די הכנה און די הקדמה, און דאס איז ממהר די גאולה הכללית, דער ”פדה בשלום נפשי” פון דעם אויבערשטן,

34וואס דאס גייט דאך אויף דער שכינה ווי די גמרא טייטשט דאס אפ לי ולבני אז ס'וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה וואס דעמאלט דער ”לי ולבני מבין אומות העולם” וועט זיין דער פדעני ”בפועל למטה מעשרה טפחים”, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

35לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים