transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מ'האט דאך פריער גערעדט, אז דער רבי דער נשיא האט אויך פאנאנדערגעטיילט דעם תניא, אזוי אז מ'זאל אים אנהויבן, נוסף על שאר השיעורים, זאל מען אים אויך פאנאנדערטיילן אויף אפלערנען במשך השנה, מתחיל מיו טס כסלו ועד לו י' טס כסלו, און אויך אין אן אופן וואס גלייך ווי מ'איז אים מסיים איז זאל מען אים דערנאך אנהויבן.
¶2בנוגע צום סיום פון תניא, האט דער רבי אמאל גערעדט אויך אין א שיחה, אז אין דער לעצטער אגרת פון ”הוכח תוכיח” וואס אויף דערויף זאגט ער אפילו עד מאה פעמים איז זאגט ער דארטן די צוויי ענינים, אז ס'זאל זיין מ'זאל מחלק זיין את הש, און ס'זאל אויך זיין דער ענין פון זאגן תהלים בתמני אפה.
¶3און האט דעמאלט געזאגט, אז לכאורה איז ניט פארשטאנדיק דער קישוב פון ביידע ענינים, פון לערנען שס און פון זאגן תהלים.
¶4וואס לכאורה איז דאך דאס הפכיים דער לימוד השס מוז זיין דוקא אין אן אופן פון 'הבנה והשגה', ווי דער מגן אברהם שרייבט, דער פסק'נט, און דער רבי ברענגט דאס אראפ אין הלכות תלמוד-תורה,
¶5אז אויב ער לערנט און אינם אבן קען מען אויף דערויף קיין ברכת התורה ניט מאכן אויף תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דאך דער לימוד השס, בהנוגע צו אמירת תהלים, איז דאך דאס א סגולה אפילו אויב ”לא ידע מעדה כאמר”, וואס דאס איז דאך אן ענין פון תפילה,
¶6וואס אין תורה-שבכתב תהלים איז דאך אן ענין פון תורה-שבכתב, דאס איז דאך אבער דער ענין פון תמני אפה, ובכללות אמירת תהלים,
¶7איז דאך דאס ניט געמיינט אלס א לימוד, נאר דאס איז מערער געמיינט אלס אן ענין פון 'שירות ותשבחות', וואס דערפאר איז דאך די גמרא אין ברכות גלייך ביי מנה פתיך מחלק די זמנים פון דוד'ן, ווען ס'איז געווען די זמנים וואס עומד ”שירות ותשבחות” און ווען ס'איז געווען די זמנים פון ידע ”מלוכלכות בשפירא ובשילי כדי לטהר אישה לבעלה”, וואס דאס איז דער לימוד פון תורה.
¶8האט דער רבי דעמאלט מבאר געווען, אז דאס באווייזט אויך, אויף דעם קישור תמידי, וואס אויב מ'וויל מצליח זיין אין 'לימוד התורה', אפילו אין 'הבנה והשגה' פון תורה, איז ניט מספיק דער ענין פון שכל אליין, נאר ס'מוז אויך זיין דער ענין פון תפילה, וואס דאס איז אויך דער ענין פון אמירת תהלים.
¶9ועל דרך זה אויך אין דעם ענין פון תפילה, וואס ענינו איז דאך אז סעולה מוצאה ועדתא וראשו מגי' השמימה דארף מען אויך האבן אין דערויף דעם ענין פון 'לימוד התורה', כדי מ'זאל וויסן אויך להתפלל ובמה להתפלל ומתא להתפלל.
¶10וואס אט דאס איז דער קישוב פון די ביידע ענינים.
¶11פון חלוקת השעת און תמני אפה.
¶12ועל דרך זה אין תורה שבעל פה גופא, איז דאך דער ענין פון חסידות וואס דאס איז 'פנימיות התורה', איז דאס איז דאך אויך דער ענין וואס ער איז ווי מ'זאגט אין חלק האגדה בכללותו, אז ”רצונך להקיר את שמי שאמר והיו העולם למוד אגדה” איז דאס איז דער ”ענין אין לימוד פנימיות התורה”, וואס דאס איז דער ענין פון חסידות.
¶13וואס דערפאר איז דאך אויך איז דאך דא די הוראה כללית וואס די גמרא דערציילט, אז חסידים הראשונים איז היו שוין שעה אחת און דערנאך מתפללים, איז דאך וואס איז געווען דער ענין פון שוין שעה אחת איז דאך דער ענין פון ”להתבונן בגדולת הוי,"'”
¶14וואס דאס איז דאך אויך א חלק פון תורה שבעל פה, נאר דער חלק וואס איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', ידיעת סדר ההשתלשלות וכו ווי דער רבי שרייבט אין אגרת הקודש, אז דאס איז א ”מצוה רבה ונשאה”, און דאס איז דער ענין פון דעת אלקי אביך וואס דערפון קומט מען צו ואבדהו בלבב שלום וואס דאס איז די עבודת התפילה.
¶15איז דאך דאס אויך א קישוב פון תורה ותפילה, און דערפאר איז דאך אויך דער סדר הענינים, אז פאר תפילה לערנט מען איזה ומקומן, און לאחר התפילה איז אויך דא ווי ער פסק'נט אפ אין שולחן-ערוך, אז מבית הכנסת דארף מען גיין לבית המדרש, וואס דאס איז דער ענין פון דער 'לימוד התורה'.
¶16וואס אט דאס איז דער קישור פון די שני הענינים, פון חלוקת הש", מיט דער תמניא אפא מיט דעם ענין פון ”שירות ותשבחות”, און אט דאס גיט אויך א כח, על דרך ווי מ'האט גערעדט פריער, אז דער תכלית אין חלוקות השסיות, אז מ'זאל צוקומען צו קריאת-שמע בערבין, אז אין חושך העולם זאל מען דארטן אויפטאן דער ”הוי' אלקינו הוי' אחד”,
¶17מדברוך שוין ביז אין לעולם ועד אט אזוי על דרך זה איז אויך אין דעם סיום התניא ותחילתו אז בשעת מ'האט אט דעם קישור פון תורה ותפילה, איז דערנאך קען מען צוקומען צו דערויף וואס ער זאגט אויף א גלייכער שער-בלעטל דעם תכלית פון תניא,
¶18אז ס'זאל זיין דער ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך” דאס איז אבער ניט מספיק, ס'מוז זיין דער ”המעשה הוא העיקר”, דער לעשותו.
¶19און מ'גיט גלייך כחות אויף ”משביעין אותו תהי צדיק ואל תהי רשע”, אז ער זאל קענען דורכפירן דעם רצון הבורא, וואס דערמיט ווערט ער א צדיק און דערמיט איז ער מקיים די שבועה.
¶20וואס אט דאס איז אויך ער האט על דרך ווי גערעדט אין חלוקות השואס דער חיבור הסיום וההתחלה, אז מ'דארף ממשיך זיין ביז אין 'למטה מטה' דעם ענין פון 'קבלת עול' 'מלכות שמים'.
¶21און דורך וואס ווערט דאס אויפגעטאן?
¶22דורך קיום רצון הבורק משה הוא מצד ”גזירה גזרתי” דאס נעמט אים אבער דורך אינגאנצן.
¶23על דרך זה אויך איז אין דעם לימוד התניא איז דא דער קישור וחיבור פון תמעני אפי מיט חלוקת הש", און וואס איז דערפון די כוונה?
¶24אז ס'זאל זיין ”בדרך ארוכה וקצרה” זאל מען צוקומען צו ”קרוב אליך הדבר מאוד” אז דאס איז ניט בשמים און ניט מעבר לים, נאר דוקא דא אין דעם 'עולם הזה' הגשמי והחומרי.
¶25און אט דאס זאל מען זיך ניט באגנוגענען מיט ובפיך ובלבבך וואס דאס איז די עבודה פון 'נפש האלקית', נאר דאס זאל אראפקומען אין דעם לעשותו אין מעשה בפועל פון 'נפש הבהמית',
¶26וואס דעמאלט איז ער מקיים די שבועה פון ”משביעין אותו” מיט כל הפרטים שיש בזה, און ער איז דעמאלט ממשיך דער אלקות למטה, אז דער 'עולם הזה' הגשמי והחומי זאל ווערן א דירה לו יתברך.
¶27לחיים. לחיים.