transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וויל איבער'חזר'ן נאכאמאל, אז יעדערער זאל נעמען צוויי שטרות, און איינע פאר זיך, און איינע אפגעבן אדער אויף צדקה, אדער אויף מבצע איינע פון די מבצעים, און מה טוב אז אויך דעם צווייטן דאלער זאל ער אויך נוצן אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט יהדו ובפרט בנוגע צו דעם ענין פון די מבצעים,
¶2און מ'קען דאס איבערבייטן, טאן כפי רצונו הטוב, און דער עיקר איז, אז דאס זאל מוסיף זיין בתוכיחי שאר הענינים אין התמדה ושקיד אין 'לימוד התורה' און הידור וקיום מצוותי און זיך ניט באגנוגענען דערמיט, נאר זיין אין אן אופן פון מהדרין מן המהדרין בכל ענינים אלו.
¶3און אט דעמאלט איז מען זיכער, אז פון דער ענין פון ימי חנוכה מאירי קומט מען דערנאך אין אן אופן פון מוסיף והולך ואור, און דערנאך קומט מען אויך צו דעם ענין פון פורים, וואס אויף ביידע זאגט מען דאך אז ”ימי החנוכה וימי” הפורים וועלן ניט בטל ווערן, אפילו לעתיד לבוא אויך, וואס דערפון זעט מען דאך דעם גודל הענין שלהם,
¶4וואס דאס איז מ'טוט זיך אויף, על ידי מעשינו ועבודתינו, איז נר מצוה וואס דאס איז 'קיום המצוות', און ”תורה אור” וואס דאס איז 'לימוד התורה',
¶5'ודרך חיים' וואס דאס איז 'פנימיות התורה', תוכחת מוסר, און מ'איז מבאר בארוכה אין די דרושים אויף דעם פסוק אין אור התורה פון צמח צדק און די קונטרס פון דעם רבי'ן נשמתו עדן וכו,' און דער עיקר אז ס'זאל געטאן ווערן בפועל, ולמטה מעשרה טפחים, והמעשה ”הוא העיקר, ובשמחה ובטוב לבב”.
¶6און ויהי רצון, מ'זאל בקרוב, משלים זיין דעם חינוך פון אלע קטנים און אלע קטנות בשנים, און דעם חינוך פון אלע קטנים און אלע קטנות בידיעות וביהדות, און זען 'בעיני בשר' דעם חינוך פון בית המקדש השלישי, ובעגלא דידן.
¶7און מסתמא מאכן
¶8א ברכה אחרונה. גיור ושמחה כהפה