עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kyg9czfp

kind
paragraph
order
nA
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין סתם ענינים, נאר לדעת את דעת בוראם, לויט די אפשריות וואס הנברא קען מפסיק זיין דעת בוראם, וואס די הכנה לזה דארף דאך אויך זיין מעין זה, וואס דאס איז דאך אויך די תועלת בהנהגה האמורה, ודוקא מתוך שמחה וטוב לבב, וואס זי איז פורץ כל מדידות והגבלות, און דוקא אין אן אופן פון הלוך והוסיף ואור, און אויסנוצן די אלע ענינים אויף נאך מערער מזרז זיין דעם ענין און דעם זמן פון ומל הארץ דעה את הוי כמים לים מכסים וואס דאס קומט דאך דורך דערויף וואס פאר דערויף איז עוסק העולם אין ענינים וואס זיי זיינען מוחין לזה, במילא דארף דאך זיין הכנה מעין הענין צו וועלכן מ'גרייט זיך. וואס דאס איז אויך כמדובר פארבונדן אויך יעדער זמן האט דאך זיך זיין ציווי מיוחד, נוסף אויף די הנהגה האמורה, וואס די איז דאך א כללות'דיקע על כל השנה כולה והלוך והוסיף ועוד, איז דאך דא אויך די הנהגה פון ימים אלו דער ענין פון מאות חטים וואס הויבט זיך אן שלשים יום לפני החג, און דערנאך איז מען זיך אלץ מוסיף אין די הכנות און די שלשים יום איז דאך ניט דער פשט, אז מערניט ווי איין רגע, נאר ס'דארף באווארענען אז ס'זאל ניט בלייבן קיין איין און איינציקער ענין וואס זאל פעלן אין צרכי החג סיי ביי אנשים און סיי ביי טך, און אין דערויף גופא האט ער דאך אויך די הוראה פון דעם בית-דין אדער דעם רב שלו אדער דעם רב שבשכונה שלו וכו מיט אלע פרטים האמורים לעיל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions