עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ky86gf47

kind
paragraph
order
i
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס ווערט דערנאך נמשך אין אלע ברכות והצלחות, כמדובר לעיל, עד כדי כך, אז יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם כוסף וכמדובר כמה פעמים, על אחת כמה וכמה אז דאס איז דאך דער נאמען פון נשיא דורנו, וואס הנשיא הוא הכל. און יהי רצון, אז במילא וועט מען נאכמערער פארטיפן זיך אין דעם שיעור חומש פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס דאס איז אין פרשה וזאת א ברכה לויט די קביעות פון שנה זו פון שנת ניסים, און אפילו די וואס האבן שוין געלערנט איז דאך ווייכער נאך דא מקום אויף להתבונן ולא תעמק עוד יותר, על אחת כמה וכמה אט די וואס מאיזה סיבה שתהי'האבן זיי נאך ניט געלערנט דעם שיעור אין חומש, און ויהי רצון, אז פן רעדן וועגן די אלע שיעורים זאל מען האבן גלייך די ישועה, וואס זי איז למעלה מכל שיעור והגבלה, כי גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט מען דאך זען ווי אזוי הוכפה בו כי טוב בכל רגע ורגע מיום זה, וויבאלד אז די גאולה האמיתית והשלימה קומט גלייך אין התחלת יום זה, ובפרט אז ס'איז שוין נאך תפילת ערבית און נאך די אמירת הפסוק וואס רעדט זיך וועגן גאולה האמיתית והשלימה, פון אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך ועוד והוא העיקר
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions