עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

31 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'האט פריער גערעדט בנוגע צו דער ענין פון חמישים, ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט עולם און ווי מ'טייטשט אפ אז עולם האט צוויי טייטשן, עולם אין זמן און עולם וואס דאס איז ענין המקום, און דערנאך איז דאך דא אלע ענינים ”שנשתלשלו מהן”,

2וואס דאס איז דאך אויך פון ”חמישים שערי בינה נבראו בעולם” וואס דאס איז באשאפן געווארן און נמשך געווארן אין עולם, און ווי חסידיש טייטשט דאס אויך אפ, אז דאס איז די ”שבעת ימי הבנין”, די שבעת ימי בראשית,

3וואס ”כל אחד כלול משיבה” איז דאס מאה ארבעים ותשעה, און דאס וואס ס'איז כולל כולם דער ענין פון חמישים וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מתן תורה, אסתכל באורייתא, וואס קומט דאך אויך זמן מתן תורתנו נאך דערויף פון ”שבע שבתות צמימות תהיינו” לכם מ'ט, און מ'קומט צום שער הנון,

4וואס דעמאלט איז געווען דער ”משה קיבל תורה מסיני” אף על פי וואס לכתחילה איז מערניט וואס מ'ט ניתלו למשה איז דאך אבער דערנאך האט ער אויך געהאט דעם שער הנון בגילוי 'והבנה והשגה', ווי געבראכט פון דעם מגיד, אז הר נבוא 'נון בו' אז דעמאלט האט ער געהאט די ”חמישים שערי בינה”.

5על אחת כמה וכמה ווי אויך פארשטאנדיק פון ההקדמה פון רמב ן לספרו על התורה, ווי ער איז דארטן מסביר ווי אזוי ”חמישים שערי בינה נבראו בעולם” איז דער מאמר גופא איז מדגיש, אז זיי געפינען זיך אין דעם עולם.

6ניט מ'זאגט ארבעים בתשעך נבראו בעולם, נאר חמישים שערים חסר אחד איז דאך דאס בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו שבת, אז ס'שטייט חמישים פעמים מלאכה, נאר איין מלאכה איז דאס ניט ”עובדין דחול” וואס דערפאר איז זי ניט אן ענין וואס אסור בשבת על דרך זה אויך בנוגע צו מ'ט'שערי בינה,

7און דעם שער הנון פון בינה, כמבואר בארוכה אין די מאמרים וואס זיי זיינען מסביר דעם מאמר, ביז וואנענט אז בא משה'ן איז דאס אויך ארויס בגלוי.

8און אזוי איז דאך דאס בא יעדער אידן ווען ס'קומט משה'ס טאג, וואס דאס איז דער טאג ווען ”משה וקיבל תורה מסיני ומסר” נפשו איז דערפאר ”נקראת על שמו” וואס דאס איז ביום החמישים, ובפרט נאך ובמיוחד ווי ער טייטשט אפ אין לקוטי תורה,

9אז אין יום החמישים איז דא די צוויי דרגות זיינע, דאס ווי ער איז א שייכות און נעמט זיך מיט א ספרתם שבע שבתות, ספרתם חמישים ביום שבע שבתות, און ווי דער ענין פון חמישים ווי ער איז העכער פון גאנצן ענין הספירה, כמבואר אין דרושים פון לקוטי תורה אין במדבר.

10וואס דאס איז דאך דער ענין ווי ער שטייט אין בינה, ”חמישים שערי בינה” חסר אחד.

11דערנאך איז דאך דא, ווי די גמרא זאגט אין סוכה, אז גובה של מנורה איז געווען חמישים עמה וואס דארטן רעדט זיך וועגן די מנרות וואס איז געווען בא ”שמחת בית השואבה”, זיי זיינען געשטאנען מנרות בעזרה, ”מנרות של זהב”,

12זאגט די גמרא, ברענגט די גמרא אראפ די ברייטסע, אז די גובר של מנורה איז געווען חמישים עמה.

13מ'געפינט נאך ענין פון חמישים בהנוגע צו א שובח של יונים בה ובתרה, חמישים בהנוגע צו שרשי חטה וכיוצא בזה למטה.

14אבער דאס וואס די גמרא זאגט בהנוגע צו א דבר טוב, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן שמחת אל בית השואבה וואס ”מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחת מימיו” איז זי געווארן באלויכטן מיט א נר ואור שבמנורה, וואס דאס באווייזט דאך אויף ענין החכמה בתורה אור,

15א חכמה וואס זי איז זמור, ”חכמת אדם טאיר פניו”, וואס 'כללות ענין' החכמה, וואס ער גייט דאך ניט אין הכסיל בחושך גייט בחושך, משא' כן א חכם איז עיניו בראשו און ער גייט ביי אים איז יעדער ענין איז ליכטיק,

16איז זעט מען דארט דער ענין פון חמישים סיי בהנוגע צו בינה סיי בהנוגע של מנורה, וואס אי ענינה איז געווען להאיר, ווי די גמרא דערציילט דארט בארוכה ווי אזוי מ'האט איר אנגעצונדן און פון וואס מ'האט אנגעצונדן און ווי זי האט געלייכט וכו וואס די אלע ענינים באווייזן, אז דער ענין ווי ער איז פארבונדן מיט אור, וואס דאס איז דער ענין החכמה,

17וואס דאס איז דאך דער 'כללות ענין' המוכין, און בפרט דער ענין פון שער החמישים, וואס בעליונים נראה להם למטה און דחתונים נראה למעלה דער כסף ווי ער געפינט זיך צווישן חכמה און בינה, וואס אין כאן המקום להאריך בזה, מערניט ווי דער מנה, ווי מעורר זיין אז דער ענין פון חמישים איז נוגע ניט נאר ענינים וואס זיינען פארבונדן פון 'הבנה והשגה' און מדידה והגבלה,

18אויך אפילו אט די ענינים וואס דאס איז אור בלי כלי ווי מ'טייטשט דאך אפ יהיו וכיו דער חכמה וגרמי דער ענין פון בין ולמטה איז דארט איז אויך דער ענין פון גוב ה איז דער ענין פון חמישים אמר.

19אף על פי וואס די מנורה וואס איז געווען אין בית המקדש, איז דאך געווען ווי די צוויי דיעות, אדער פון חי טפחים אכצן טפחים, אדער טוב טפחים, זיבעצן טפחים, ווי די צוויי דיעות בדבר,

20און דאס איז די מנורה וואס איז דוקא געשטאנען בעזרה ובחצר וואו מ'האט געפראוועט ”שמחת בית השואבה”, אט דארט איז זי געווען בתכלית הגובר חמישים אמה, און ווי דער אלטער רבי איז מבאר בנוגע אויך צו פורים,

21פון יעשה ”עץ גבוה חמשים” אמא אז דאס איז דער ענין פון נון דער ענין פון כתר, און דארט איז געווען ”ויתלו את המן עליו” צוזאמען מיט אלף בנים, צוזאמען מיט כל בני בנים, מיט כל היוצא פון ענין של המן, ענינים בלתי-רצויים, איז דאס איז פארבונדן מיט דער עבודה פון מסירת-נפש, וואס דאס איז דער ענין פון גבוה חמשים אמא וכמבואר בכמה מקומות.

22און ויהי רצון, אז מתוך שמחה וטוב לבב, נשמות בגופים, זאל זיין די עבודה אין אן אופן פון ”בכל מאדך” ווי גערעדט אויף ”פדה בשלום נפשי” פון דעם מיטעלן רבי'ן אין די התוועדות פון עשירי בכסלו, און דאס זאל זיין די הכנה קרובה צו דעם ענין פון דער חג הגאולה פון י' טס כסלו,

23חג הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן ”יפוצו מעינותיך חוצה” כמוזכר לעיל.

24און דאס זאל אויך זיין א הכנה קרובה צו דעם חנוכת בית המקדש השלישי בקרוב ממש, אויך כולל צו די ימי חנוכה, וואס דארט איז נאך מער ווי מנורות בית המקדש דער נייער השמיני, וואס ער איז שוין דא ביי יום הראשון בכח, און קומט דערנאך ארויס בפועל, ”לדעת בית הלל וכו” כמדובר כמה פעמים,

25אז ”כן תהי' לנו” מ'זאל זיך גרייטן צו אלע מבצעים, כולל אויך צו די מבצעים פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” און צו די מבצעים ווי גערעדט פריער, די אלע עשר מבצעים אנהויבנדיק, אט די וואס זיינען פארבונדן מיט הכנסת כלה, וואס דאס איז דאך איינע פון די גרעסטע מצוות,

26ביז וואנענט ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז מ'איז מביר כל הענינים, אבי ס'זאל זיין דער ענין פון הכנסת כלה כדבעי ובשלימותה, ווי די גמרא ברענגט דארט אראפ, אפילו ווען מ'דארף מבאר זיין אן ענין פון דבר בלתי טהור איז דאס אויך מביר מפני הכלה, כמדובר שם בארוכה.

27זאל אזוי אויך זיין מתוך שמחה 'ובטוב לבב' האבן צו טאן מיט לעבעדיקע זאכן, און מ'איז דאך ”מחי' חיים” מיט תורת חיים וואס קומט נאך ”נר מצוה ותורה אור”, און

28דערנאך דער ענין פון תוכחת חיים און תורת חיים כמבואר בארוכה אין קונטרס ומעיין ובכמה מקומות, און גרייטן זיך אויך צו דעם ענין פון מבצע חנוכה מיט די אלע פרטים, ווי גערעדט כמה פעמים די פרטי הדברים, בפרט אט די וואס געפינען זיך אין די ערטער וואס מ'דארף אהינצו אריינברענגען א אקסטרע ליכטיקייט, דערפאר וואס דאס איז בית הרופאים אדער ”בית האסורים וכיוצא בזה”,

29און דער אויבערשטער זאל ארויסנעמען בית האסורים פון דעם גלות, כולל אויך די אידן וואס געפינען זיך אין גלות בתוך גלות, אין מדינות וואס זיינען מאחורי מסך הברזלו, בפרט אין די מדינות וואו ס'איז געווען דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי בחיים חייתם בעלמא דין, און דארט געפינען זיך דער בית החיים זוהרא עד היום הזה,

30ובקרוב ממש ”הקיצו ורננו שוכן העפר” והם בתוכם והם בראשנו, און מ'וועט גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט זיין, כאמור, דער ענין היובל, ”כל יושבי' עלי'” אויף שלימות העם אויף שלימות הארץ, צוזאמען מיט שלימות התורה, 'ובשמחה ובטוב' לבב.

31בתחילה אריבער...

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions