transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דערויף איז דאך אויף דערויף וואס דאס איז דאך צוזאמען מיט פורים בכמה מקומות ובכמה ענינים, צוזאמען מיט די ג' רגלים, ביז ווי ער זאגט אין ”פרי עץ חיים”,
¶2אז די ג' רגלים מיט חנוכה און פורים איז דאס כנגד די ה' ספירות העיקריות, אנהויבנדיק פון חסד וואס דאס איז כנגד אברהם און פסח אנטקעגן חסד, ביז חנוכה און פורים וואס דאס איז אנטקעגן נצח והוד און די צוויי דיעות בזה.
¶3אעפ' כן האט דאך דאך יעדערן פון די פינף אן ענין וואס טיילט אים אויס פון די אנדערע, עאכו"כ ווי חנוכה און פורים זיינען אויסגעטיילט פון די ג' רגלים,
¶4וואס דאס איז דאך מן התורה און דאס איז מדברי סופרים מיט נאך כמה וכמה חלוקות, איז אבער אויך אויסגעטיילט אין דעם ענין וואס דעמאלט איז די הדגשה אויפן ענין פון ”פרסומי ניסא”,
¶5און אין דערויף גופא, צווישן חנוכה און פורים, זעט מען דאך בפשטות אז ”פרסומי ניסא” אין חנוכה איז נאך מערער ווי אין פורים, אפילו לדעת אלו וואס זאגן אז בפורים דארף אויך זיין ”פרסומי ניסא” מיטן גאנצן שטורעם וכו'.
¶6וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אויב מ'דארף מסרסם זיין ”פרסומי ניסא” לכל לראש, ווי דאס ווערט מבואר אין שולחן ערוך אז ”פרסומי ניסא” פון חנוכה במיוחד איז פארבונדן מיט נרות חנוכה, איז דאך פארשטאנדיק בסברא,
¶7און אויך ווי מ'זעט, אז נוסף אויף דערויף איז דאך אויך דא דער ”פרסומי ניסא” דורך אמירת הלל, און אויך די הוספה פון אמירת הלל, א ניסא אין תפילה און אין ברכת המזון,
¶8איז דאך אבער אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז ס'האט אויך אן ארט אויף פסומי ניסא בפשטות אין דיבור.
¶9ווי אלע ענינים פון פסומו הויבט זיך דאך אן דאס וואס איז ”במחשבתו של אדם” איז דאך ”אין אדם יודע מה שבלבו” של חבירו, בשעת ס'קומט אבער א צייט אז מ'דארף מפרסם זיין את א נס, איז דאך פארשטאנדיק אז מ'דארף רעדן צום ערשטן וועגן דעם,
¶10אדער מפרסם זיין דעם נס לכל לראש אין דעם ענין און אופן, ווי ערקלערט אין שולחן ערוך, און דערנאך אויך בשאר הענינים, מתאים ”לפי המקום ולפי” הזמן.
¶11וואס על פי זה ווערט דאך לכאורה די שאלה, מ'געפינט ניט אין ערגעץ, אז בימי חנוכה זאלן אנזאגן מ'זאל מקריב זיין קהלות ברבים און דארטן מפרסם זיין און רעדן וועגן פרסומו פון דעם נס פון חנוכה.
¶12בהנוגע לפורים איז דאך דא דער ענין פון קריאת המגילה, וואס דארף דאך זיין דוקא ברוב אים וכו חנוכה איז דאך ניטא אט דער ענין.
¶13דער ענין פון הלל, מאכט ניט קיין שטורעם פון ”פרסומי ניסא”, דערפאר וואס ער איז דאך דא בכל ראש חודש ובימי החנוכה עצמם, אויך אין ראש חודש וואס איז אין חנוכה, טאקע מצד חנוכה, אבער דאס דערמאנט זיך אויך אויף ”פרסומי ניסא” מצד ראש חודש, אע"פ וואס דעמאלט איז דער הלל מעג ניט ווי חסי הלל,
¶14און מ'געפינט ניט, כאמור, א ”פרסומי ניסא” בדוגמא ווי דאס איז בימי הפורים זאל אויך זיין בחנוכה.
¶15וואס ס'זאל ניט זיין דער טעם בזה, איז דאך לכאורה קען מען דאך ניט זאגן, אז וויבאלד אז דאס איז חנוכה דארף מען רעדן במיוחד וועגן ”פרסומי ניסא”, נוסף אויף די עניני ”פרסומי ניסא”, וואס איז דאך שוין לאחרי הדלקות אין נרות חנוכה, לאחרי ג' שלשת הברכות, מיט אמירת אמון,
¶16ובפרט נאך ווי כמנהג ישראל מיט א נגמה, אדער אויך מיט א פיזמון, מיט א פיוט, ווי מ'פירט זיך בכמה קהילות, ובכמה נערא נערא ופשטי,
¶17אף על פי כן טוט מען דאס, וואס דאס איז דאך לכאורה בפרט נאך ניט רגיל, אפילו אין דעם קרייז, בימי החנוכה במיוחד פארן שווער, געדענק איך ניט אז ס'זאל זיין איין מאל א ”פרסומי ניסא” בדיבור, ואדרבא זיין הדלקת הנרות איז דאך געווען בביתו, פנימה,
¶18און דערביי זיינען געווען מערניט ווי בני הבית, און ווי ער האט דאס אויך געזאגט בנוגע אז אזוי איז געווען די הנהגה פון זיין פאטער וואס ער איז געווען ממלאי מקומו, וכמדובר האט ער דאס מפרסם געווען.
¶19איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז דאס האט אויך א שייכות לידיעת, און נאכמערער אויך להנהגת, צו אט די אלע צו וועלכע ס'דערגרייט דער סיפור המעשה.
¶20על פי זה איז דאך לכאורה כל ”דברים האמורים האלו” זיינען דאך שולל דעם רעדן איצטער וועגן ”פרסומי וניסא”, ואדרבא, וואס מער מ'איז זיך מפלפל בזה איז דאך אלץ מערער די שלילה וואס איז דאס קע פאר א נייער חידוש געווארן, איז דער טעם עיקרי בזה איז,
¶21אז בשעת ס'קלייבן זיך אידן, ובפרט נאך מער ווי עשרה מישראל, און זיי קוקן ארויס און ערווארטן, אז ס'זאל עפעס טרעפן אן ענין מסויים וואס איז פארבונדן מיט קידושו אדער מיט אידישקייט אדער מיט הלכה אדער מיט א גדש וכיוצא בזה איז א דבר הכי תמוה,
¶22אז בשעת ס'איז דא אן עדה קדושה מישראל, און ער ווארט, אז פלוני בן פלוני זאל זאגן א פאר ווערטער, זאל מען דאס ניט טאן מצד דערויף וואס מ'האט א הסברה, אז בזמן אחר ובמקום אחר ובאופן אחר,
¶23וואס דעמאלט איז אבער ניט געווען בשעת מעשה, כאמור, די אסיפה פון כמה וכמה מישראל, עאכו' כמה עשיריות, איז דאס אליין א גענוג אין דער טעם, אפילו באיזה יום שיהיה,
¶24עאכו"כ אין א יום און אין א מועד וואס איז פארבונדן מיט ”פרסומי ניסא”, איז דאך לכל הדעות אן ענין פון דיבור על דבר הנס איז זיכער א פרסום א נס, ס'איז מערניט די שאלה איז צי דארף דאס זיין וכו', ואדרבא ס'איז ווערט דא לכתחילה די שאלה פארוואס האט מען דאס טאקע ניט מיט סקן געווען,
¶25איז יש ”לומר רבי כגן זה על” דרך ווי מ'האט גערעדט בנוגע צו הקהל וכיוצא בזה, כדי ניט מחליש זיין און ניט מאכן צו-אף דעם ענין פון פסומי ניסא על ידי הוספת דברים חדשים, וואס דורך דערויף וועט דאס מחליש זיין דעם פסומי ניסא פון דעם ענין העיקרי,
¶26על פי שולחן ערוך, ובמיוחד על פי 'פנימיות התורה', וואס דאס איז די הדלקת נרות חנוכה, די ”אמירת הלל, אמירת” ”על הנסים” וכו' וכו.'
¶27דא איז אבער ניטא אט דער חשש, כאמור, ווארום אט די אלע וואס זיינען דא איז דאך זיכער, אדער זיי האבן שוין פון פריער געמאכט פסומי ניסה על ידי נרות חנוכה, אדער זיי וועלן איצטער גיין און מאכן יעדערער במקומו,
¶28ובמנהגו דעם ענין פון ”פרסומי ניסא”, האט לכאורה ניט קיין חשש און קיין ארט אויף ניט רעדן וועגן ”פרסומי ניסא”, און בשעת ס'איז א זיכערע זאך אז דאס וועט זיין היפך פון דער ערווארטונג פון כמה עשיריות מישראל, וואס דאס איז זיכער,
¶29בפרט נאך וויסנדיק, אז בשנה האחרונה, ובפרט בסומנים האחרונים, האלט מען זיך ניט אפ, ואדרבא מ'נוצט אויס יעדער געלעגנהייט אויף אן ענין פון דיבור, וועגן ענינים פון ”לעיראו אותי כל הימים” און דא וועט ניט טאן מצד החשש וכיוצא בזה און שולל זיין דעם דיבור.
¶30ענין הדיבור פון פסומי ניסאו כאמור לכל לראש איז דאס דער ענין פון חנוכה בכלל, אבער אויך כמדובר כמה פעמים איז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן א ענין וואס איז נמשך כמה ימים, און מ'האט דעם כלל פון כל יומא ויומא, עביד עבידתי וכיוצא בזה,
¶31ובפרט נאך אז חנוכה זאגט מען דאך הלל שלום בכל אחד פון שמונות ימי חנוכה, און קריאת התורה ברבים בכל אחד פון ”שמונות ימי החנוכה”,
¶32מיטן גאנצן שטורעם איז דאך אויך פארשטאנדיק בנוגע לעניננו זה, אז ס'איז אויך דא דער ענין, נוסף אויפן ”דבר המשותף לכל שמונת הימים” אויך דער ענין המיוחד פארבונדן מיט יעדער טאג בפני עצמו.
¶33וואס לכאורה איז דאך דאס לכל לראש וואס ס'איז שוין געווען דער שינוי, וואס מ'האט געמאכט היינט שהחיינו, און מ'ווייס גלייך, אז מארגן אדער איבערמארגן, ”כל ימי חנוכה” שלאחרי זה,
¶34וועט מען מאכן מערניט ווי צוויי ברכות, דאס איז אבער ניט אויסגעהאלטן על פי טעם הענין-אט דאס וואס מ'מאכט ניט שהחיינו ביום השני אדער ביום השלישי וכיוצא בזה-איז דאס דערפאר וואס די פעולה פון דער ברכת שהחיינו פון יום ראשון איז ווי זי נמשך אויף די אלע שמונות אין מאור חנוכה.
¶35ניט דער פשט אז דעמאלט איז דער ענין ניטא חס ושלום, נאר דעמאלט איז דא דע, נאר וואס דען?
¶36ער האט די פעולה נמשכת, און מ'דארף אין דערויף ניט האבן קיין הוספה דורך א ברכה מיוחדת עוד הפעם ועוד הפעם, דערפאר וואס ס'איז נמשך שוין פון דער ברכת שהחיינו בפעם הראשונה,
¶37ווי דאס איז כתיקונה בלילה הראשון, ועל דרך זה אויך, אויב מצד א סיבה שונה ומשונה איז ניט געווען ”ברכת שהחיינו בלילה הראשון” דארף מען דאך מאכן שהחיינו אין די לילות שלאחרי זה,
¶38אין דער ערשטער הדלקה וואס קומט נאך דער הדלקה, איז דאך פארשטאנדיק נאכמערער די הדגשה ווי אזוי שהחיינו איז שייך ובשוה ”לכל שמונות ימי חנוכה” העולם.
¶39במילא דארף מען דאך זוכן א זאך אין וועלכע די נאכט און דער מעת ליתא איז אויסגעטיילט, איז דאך כאמור לעיל איז דאס אויסגעטיילט על פי ההלכה גלייך אין דער קריאה בתורה, וואס אויב דער אלטער רבי האט געזאגט אז מ'דארף לעבן מיט דעם שיעור חומש וואס איז פארבונדן מיטן טאג מצד די תקנה פון חת"ת,
¶40איז דאך פארשטאנדיק במכל שכן וקל וחומר אז מ'דארף לעבן מיטן שיעור אין תורה, שבכתב, וואס מ'לייענט דעמאלט, ובברכה לפניה ולאחרי', וואס דאס איז די קריאה בתורה שבכל יום ויום, וואס עביד עבידתי' בכל יום ויום איז אן אנדער קריאה,
¶41ווי דאס איז די הלכה בנוגע צו לימי חנוכה.
¶42במילא איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז גלייך ווי דאס איז על פי שולחן ערוך, און א מנהג אבער ניט פארבונדן מיט מנהגים, אפילו ניט מיט מנהגים שנתפשטו,
¶43אז אין דערויף איז דא די הוראה וואס איז די עבידתי במיוחד פון דעם טאג איז דאס דער תוכן פון דער קריאת התורה אין וועלכע ער איז אויסגעטיילט פון די ימים שלאחרי זה.
¶44מצד דערויף וואס ס'איז דאך דא דער ענין פון מהדרין מן המהדרין וועגן מספר הנרות וואס מ'צינדט אן, וואס אין דערויף איז אויך א ”שינוי מיום ליום”, מלילה ללילה, און דאס איז דאך געווארן א מנהג פשוט, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז אויך פון דעם איז אויך דא א הוראה אין וואס ס'באשטייל די עבודה מיוחדת,
¶45פון דעם יום ראשון פון ימי חנוכה.
¶46דאס קומט דאך אלץ אין א שנה מיוחדה, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אע"פ וואס דאס איז א דבר משותף ניט נאר צו שמונות ימי חנוכה, נאר א דבר משותף לכל ימי השנה איז דאך בדוגמא ווי די גמרא זאגט, ווי געבראכט כמה פעמים,
¶47אז וויבאלד אז ס'העלפט דער ענין אלס א שנה אדער אלס א יום הכיפורים אדער אלס א יום טוב העלפט דאס אלס און מוסיף אין די אלע ענינים וואס טרעפן אין דעם יאר אדער אין דעם שבת אדער אין דעם יום טוב אף על פי וואס דאס איז שבת'דיקע ענינים אדער יום טוב'דיקע ענינים וכיוצא בזה.
¶48וואס איז די הוראה לכל לראש פון די קריאות בתורה המיוחדה ליום זה, למעת לעת זה, וואס די קריעת התורה איז דאך פארבונדן מיטן גאנצן מעת לעת,
¶49אע"פ וואס בפועל לייענט מען די תורה אין א זמן מסויים, ובכמות א מיעוטא דמיוטא פון משך המעת לעת, איז דאס אבער די קריאה בתורה הקשורה ביום ראשון.
¶50און דא האט מען גלייך די הוראה אויך בהנוגע וואס טוט זיך אויף דער לימוד בהנוגע למעשה, ו”המעשה הוא העיקר” אז די קריאה פון יום ראשון טיילט זיך אויס אין א דבר הכי בולט, אז די התחלה בזה איז גאר, ווי אזוי אלע צוועלף נשיאים קומען זיך צוזאמען, און ווי אזוי זיי ווערן פארבונדן מיט משה רבינו,
¶51און ווי אזוי משה רבינו ווערט דורך דערויף פארבונדן אין א קשר נוסף מיטן אויבערשטן, מקור התורה והמצוות, און באקומט א הוראה,
¶52אז ס'זאל זיין דער ”נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום” וואס דאס איז דאך א לימוד מיוחד וחדש וואס איז געווען דוקא דעמאלט און געווארן דורך דערויף וואס די נשיאים זיינען געקומען צו משה רבינו וכולם ביחר,
¶53האבן זיי אויך אויסגעגליכן אז יעדער נשיא גלייכט זיך אויס מיט אלע איבעריקע נשיאים אז דאס איז ”נשיא אחד ליום”, דערנאך וואס דאס איז דער ענין כללי וואס האט א דמיון צו די קריאה פון יום אחרון של חנוכה,
¶54דערנאך איז דא א חלק הקריאה וואס האט ניט קיין דמיון צו די שאר ימי חנוכה און דאס איז די קריאה שלאחרי חלק הכללי וההתחלה פון דער קריאה בתורה, וואס דאס איז דער ענין ווי ס'ווערט פארבונדן אז ביום הראשון איז געיקרי ”נחשון בן עמינדב”, וואס דאס איז געווען פארבונדן מיט נשיא פון יהודה.
¶55וואס דערפון איז גלייך פארשטאנדיק, אז דער ענין הכי מיוחד און אויסגעטיילטער ביום ראשון, במעת לעת ”ראשון של חנוכה”, פארשטאנדיק אויך אז ס'הויבט זיך שוין גלייך אן פון דער תחילה פון מעת לעת, און ווען מ'צינדט אן חנוכה, ימרות חנוכה על דרך הרגיל,
¶56נאך כמה זמן ”לפני שקיעת החמה” והתחלת פון יום ראשון, דער חנוכה, הויבט זיך שוין אן די אויסגעטיילטע ווי דער ענין פון נחשון בן אמינדן נדב, נשיא פון יהודה.
¶57וואס וואס איז דא די אויסגעטיילטע וואסטייט דאך דאס אין דעם נאמען אליין פון נחשון, ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש, אז ער איז געשפרונגען אין וואסער אין דורך דערויף האט זיך געשפאלטן דער גאנצער ים סוג פאר אלע אידן, וואס איז פארבונדן מיט נכשל שבים וכיוצא בזה,
¶58און וואס דאס איז אויך דער ענין פון מסירת-נפש איז דאך אויך פארבונדן במיוחד מיט שבט יהודה, כמובן פון די סיפורים אין תורה אין וועלכע ס'רעדט זיך וועגן שבט יהודה,
¶59און אויך ווי ס'רעדט זיך אין ויגעה שגעווען דוקא יהודה אז ער האט זיך מוסר-נפש געווען אויף ארויסנעמען בנימונין, כמסופר בפשטות הסיפורים, עאכו' כמה וכמה ואין די פנימיות הענינים.
¶60וואס אט דא האט מען גלייך די הוראה בהנוגע למעשה בפועל, אז אף על פי וואס כללות איז אין ימי החנוכה איז דאך פארבונדן מיט דער ענין פון 'מסירת נפש' פון אידן בימים ההם, אבער בזמן הזה,
¶61וואס דאס איז דאך דער תוכן פון 'ועל הניסים' וועלכע אויך די הוספה אין ימי חנוכה לגבי שאר ימות השנה החוץ פורים, כמוזכר לעיל, איז אויך דאס מדגיש אין דערויף גופא אין דער 'מסירת נפש',
¶62איז דאס מדגיש אז ביום הראשון איז נאך א הדגשה אין דעם ענין פון 'מסירת נפש' עד כדי כך, אז דער נשיא וואס האט מקריב געווען קרבנו און מ'לייענט וועגן דערויף ביום ראשון,
¶63איז גלייך געווען אט דער נשיא וואס האט אויפגעטאן ע"י 'מסירת נפש' שלו די קריעת ים סוף פאר ”כל שבטי ישראל”, וואס דאס איז דאך געווען די וועג, טאקע ס'פעלט באזונדערע מסילות,
¶64”לגוזר ים סוף לגזרים” וביחד עם זה איז דאך געווען איין ענין המשותף לכולם קריאת ים סוף, אן איין און איינציקע קריאה, וואס דערנאך האט זי זיך געטיילט אין לגוזר וים סוף לגזרים.
¶65וואס דאס איז אויך די הוראה במעשה בפועל, וואס מ'נעמט ארויס פון קריאת התורה, וואס דאס איז דער ענין האמור אויף הוספה נאכמערער אין דעם ענין פון מסירת-נפש, אויף יעדער ענין וואס איז פארבונדן מיט רצונך ומיט תורתך ווי מ'איז דאס מדגיש אין אמירת הניסים פון חנוכה,
¶66מוסיף אויף די מסירת-נפש וואס ס'איז דאך דא בא יעדער אידן, במשך כל ימי השנה, און ווי ער זאגט אין תניא, אז בשעת א איד איז זיך עוסק אין א ענין פון תורה ומצוותי' איז דאס א מעמד ומצב פון 'מסירת נפש'.
¶67דערנאך קומט אין דערויף גופא אויסגעטיילט די ימי 'מסירת נפש', חנוכה ופורים, בהוספה בדבר, דערנאך קומט אויך אויסגעטיילט אט דער ענין,
¶68וואס ס'איז דעמאלט דא די קריאה בתורה, וואס ס'איז בהדגשה דער ענין פון 'מסירת נפש'.
¶69אויך איז דא דער צווייטער ענין האמור, וואס מ'צינדט אן אן איין און איינציקע ליכטל, משא' כן אין די שאר הימים איז דאך דער מנהג פשוט אויף להוסיף בזה, אויך אט דער ענין,
¶70וואס אף על פי וואס די פעולה פון ברכת שהחיינו ווערט נמשך על ”כל שמונת הימים”, אבער עד כדי כך, אז אויב מאיזו סיבה האט מען דאס ניט געמאכט די ערשטע נאכט דארף מען מאכן מיטן זעלבן נוסח און מיטן זעלבן שטורעם, ואדרבא די לילות שלאחרי זה,
¶71אבער אף על פי כן איז דאך דער מנהג על דרך הרגיל, אז ווען קומט דאס ארויס בדיבור, און אין אן אופן אז דאס זאל פועל זיין על ”כל שמונות ימי החנוכה” קומט דאס ארויס דוקא אין דעם יום ראשון.
¶72אויך ס'איז דאך דא דער חילוק וואס ביי יום הראשון איז געווען וואס מ'האט געפונען דעמאלט דער פך של שמן, ווי מ'האט דאס גערעדט אין די פריערדיקע אף על פי וואס דערנאך האט מען אים גענוזט במשך פון ”כל שמונות ימי חנוכה” האלו,
¶73והימים ההם, און אויך האלו בזמן הזה.
¶74וואס די הוראה אויך פון דעם ענין איז, אז בכללות הענין פון 'מסירת נפש' איז דאך א נקודה אחת, ביז וואנענט אז דאס שפיגלט זיך אפ אין נרות שפיגלט זיך דאס אפ אין נר אחד,
¶75ביחד עם זה דארף מען אבער וויסן אז דאס איז אזא מין נר וואס דאס מאכט די התחלה פון א גאנצן המשך פון שמונת ימים,
¶76וואס דעמאלט צימט מען אויך נרות, אבער די פתיחה בזה, ביז אמירת שהחיינו בדיבור בגלוי, איז דאס דוקא בלילה זה על ”דרך הרגיל, וברוב הפעמים”, 'והתורה על הרוב תדבר'.
¶77וואס דאס האט אויך דעם לימוד מיט נתינת-כח אין די ביידע ענינים, אין ביידע כיוונים, אז א איד מצידו דארף וויסן זיין, אז דאס איז דער טאג, די נאכט, וואס די מסירת-נפש שלו דארף ארויסקומען ביז אין דיבור בגלוי,
¶78וואס די מסירת-נפש דריקט זיך אויס אין דערויף וואס בשעת על כל מעשה ולימוד וכו בענטשט ער, ”שהחיינו ותאימנו והגיאנו לזמן הזה”,
¶79און דאס וואס ער טוט דאס ניט בדיבור מידי פעם בפעם ווען ער טוט תורה ומצוותי' איז דאך דאס דערפאר וואס כאמור צו א פעולה נמשכת פון די אמירה שהחיינו וואס ער האט געטאן פריער, אבער די פעולה דארף ביי אים זיין ניכר בכל פעם ופעם, ובדיבור, און נאכמער בגלוי וניכר,
¶80וואס דאס איז מעורר דער ענין פון עד דלקת נרות און דער כללות הענין פון יום ראשון, לילה הראשון, פון ימי חנוכה.
¶81וואס דאס איז אויך פארבונדן דערמיט, ווי דערמאנט פריער, אין די פריערדיקע התוועדות, אז חנוכה האט א קשר מיוחד מיט צדקה, וואס דערפאר איז דאך אויך
¶82במסיים מסיבות התוועדויות על דרך זה, און אזוי אויך איצטער אויך, אז מ'וועט פאנאנדערטיילן מאכן יעדערן פון די מסובים, סיי אין עזרת אנשים סיי אין עזרת נשים אנשים ונשים, און אויך טף, ביז קטני קטנים וואס געפינען זיך דא, דורך געבן יעדערן פון זיי א שטר של ממון,
¶83וואס מ'זאל דאס אפגעבן דערנאך אויף צדקה.
¶84און ויהי רצון, אז מכל הענינים האמורים זאל נאכמער צוגעהיילט ווערן די גאולה האמיתית והשלימה ע'י משיח צדקנו, און מ'וועט ממשיך זיין די ימי חנוכה, כולל די הדלקת הנרות, ביז אין אין ליקון נרות וחצוות קדשך כפשוטו, אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך”,
¶85דורך דעם טאנקיסטן.