פסקה
פסקה rh-kt8h6pmx
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-kwm01nc3
- order
- Ex
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אט דא האט מען, אף על פי וואס דער בית-המקדש איז דאך איצטער ניטא, מפני סיבות, ווי געזאגט מערערע מאל, אבער בגשמיות האט מען דאך ניט דעם בית-המקדש הגדול האט די תורה איינגעשטעלט, אז ס'זאל זיין א מקדש מעד א בית-הכנסת, און האט געזאגט נאכמערער, זאגט אן יעדער אידן, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אז יעדער איד, אפילו קינדער קליינע קינדער, זאלן מאכן פון זייער הויז, און פון זייער חדר, און פון זייערע כלים, זאלן זיי מאכן זאכן דורך וועלכע ס'ווערט דורכגעפירט דעם אויבערשטנ'ס רצון, און מאכן דערפון א הויז, וואו ס'איז ניכר מ'זעט, אז דארטן געהערט דאס צו דעם אויבערשטן אין טאג-טעגלעכן לעבן, פון על דרך ווי ס'איז געווען בבית המקדש הגדול. וואס דאס אויך דארף ווירקן, אז אזוי זאלן זיך אויפפירן דעם גאנצן יאר, כל הימים.
- proofread
- 0