transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1פאר דרייסיק יארן יו ט' כסלו האט דער רבי דער שווער אנגעהויבן דעם יו ט' כסלו'דיקן פארברענגען מיט עטלעכע ווערטער בהנוגע צום בעל השמחה והגאולה וועגן דעם אלטן רבי'ן.
¶2און די התחלה איז געווען, אז דער אלטער רבי האט זיך מוסר-נפש געווען פארן 'כלל ישראל', אז דער 'כלל ישראל' זאל שטייגן העכער.
¶3און האט זיך מוסר-נפש געווען פאר יעדערן מישראל, געווען א ”דורש טוב” צו יעדער אידן, און האט געקוקט אויף אים בעין יפה,
¶4און האט אויף אים מלמד זכות געווען אין אלע ענינים.
¶5וואס דער לשון גנוע איז שוין געדרוקט, וואס דאס איז 'לפי ערך' דער תוכן.
¶6וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, דער ביידער קישור פון ביידע ענינים מסירת-נפש פאר 'כלל ישראל', און נוסר-נפש זיינען דאך פאר יעדערן באזונדער,
¶7ובפרט נאך אז מ'דארף נאך אנקומען צו לימוד זכות, צו זוכן א זכות, אפילו נאך דערויף ווי מ'קוקט שוין בעין יפה, איז דאך דאס מן הקצה להקצה,
¶8ווארום ועל דרך יעדער ענין איז דאך דא אויף דערויף די הוראה פון לדבקה בדרכיו אויף זען ווי דער אויבערשטער פירט זיך אין די ענינים, איז ווייס מען דאך, אז בהנוגע לציבור, על אחת כמה וכמה צו 'כלל ישראל',
¶9איז דאך דער כלל אין דעם, אז' ”הן קול כביר” לא ימאס אז תפילת הציבור ווערט קיינמאל ניט נמת חס ושלום, און זי איז מתקבלת,
¶10וואס דערפאר ווערט דאך דאס, ווי די גמרא זאגט אין ברכות, ווערט דאס אנגערופן אן עת רצון, אפילו פאר א יחיד זאל דעמאלט מתפלל זיין, משא"כ בהנוגע ”לכל אחד ואחד” מישראל, איז דאך דא אין דערויף כמה וכמה דרגות, מן המאולא ביותר ביז א פחות ביותר, ביז א קל שבקלה.
¶11וואס לכאורה איז דאך על דרך זה בא ”צדיקים דומין לבוראן”, ועל דרך זה וואס ”עמך כולם צדיקים” ווארום אויף יעדער אידן איז דאך דא דער ציווי ”ולדבקה בו” זאגט דאך די גמרא, אז דאס קען ניט זיין ”וכי אפשר לדבק בשכינה” נאר וואס דען?
¶12לדבקה בדרכיו און ווי ס'איז ממונה המצוות, שטעלן דאס אריין אין א מצות-עשה מן התורה, איז דאך על דרך זה איז דאך דארף דאך זיין לכאורה אויך די הנהגה בא בני ישראל, עאכו"כ די הנהגה וואס מ'איז מפרסם ברבים און מ'גיט דאס נאך אפ בדפוס,
¶13איז דאך דערפון משמעות דערפון פון די דברי הרב, און וואס ער האט געזאגט אין א יום-טוב פון יו תת כסלו, וואס דאס איז דאך די ראש תשנה אויף דרכי החסידות ותורת החסידות, און האט אנגעהויבן די שיחה דערפון, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז א הוראה כללית אין א נקודה פון תורת החסידות, וואס דער טאג איז זי ראש השנה,
¶14אז די הנהגה איז, אין אן אופן, אז ניט אז מ'איז זיך מוסר-נפש פאר 'כלל ישראל', און מ'איז זיך מוסר-נפש פאר יעדער אידן, און מ'איז דערנאך מפרש, אז אין וואס באשטייט די מסירת-נפש פאר יעדער אידן?
¶15אז די ערשטע זאך איז א ”דורש טוב” לכל אחד מישראל.
¶16וואס דאס איז דאך כפשוטו, אויף זוכן צו טאן יענעם א טובה בכל עניניו, ביז וואנענט אז ס'איז זדוע אויף דערויף דער משל פון דעם מגיד, אז בהנוגע פון א נאה חכם גדול, וואס בשעת ער שפילט זיך מיט בני הקטן,
¶17און ער וויל אים פארשאפן א שמחה לאזט ער זיך אראפ ביז וואנענט אז ער שאפט און איז ממלא די ענינים בא די בני הקטן, וואס דער בני הקטן זאל קען זיין דערפון שמח, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז די מסירת-נפש לכל אחד מישראל,
¶18איז דורך דעם וואס ”דורש טוב” איז דאך דאס ממשיך זיין ניט נאר אט די ענינים וואס דער אלטער רבי האט געוואוסט אז דאס איז דער טוב האמיתי ”שאין למעלה הימנו”, נאר אויך פארשאפן אט די ענינים וואס בא יענעם לפי מעמדו ומצבו איז דאס געווען א דבר טוב ”באותה שעה” ובאותה מקום.
¶19און ווי די דוגמא פון א בנק אטן.
¶20און דערנאך זאגט מען, אז אין דערמיט איז מען זיך ניט מסתפק, נאר מ'קוקט מיט אן 'עין יפה' אויף כל אחד ואחד, וכידוע אויף דערויף די דוגמא וואס די גמרא זאגט, אנטקעגן ”כיבוד אב ואם” און מדרש מער בארוכה, אז ס'קען זיין מאכילה אויף עשיונים און איז היפך 'קיום המצוה',
¶21דאס הייסט ער גיט אים עסן און גיט אים כל עניניו מיטן גרעסטן אופן, נאר אויב ער טוט דאס בפנים זה אפות איז דאס היפך פון ”כיבוד אב ואם”, ועל דרך זה קען זיין דער היפך, אז ער גיט אים דאס וואס ער קען, און מער קען ער ניט ווי לחם יבוש, און דערמיט איז ער מקיים דעם ”כיבוד אב ואם” אויפן העכסטן אופן.
¶22וואס על דרך זה איז אויך זאגט מען, אז דורש טובה לכל אחד מישראל איז נאך ניט מספיק, נאר דאס איז געטאן געווארן ”בסבר פנים יפות”, און אין אזא אופן אויף ארויסקריגן ביי יענעם, בשעת מ'קוקט אויף א מיט אן עין טובה,
¶23איז דאך ידוע אז אינם של צדיקים האט דאס א פעולה, און ביז וואנענט ווי ס'איז געבראכט אויף דערויף די דוגמא פון גודל כח הראי פון בת היינה, וואס זי איז פועל ברעויותו, אז ס'זאל נולד ווערן א בת ינה,
¶24וואס דערפון ברענגט מען דאך די הוכחה אויך בהנוגע צו הנהגת האדם, אויף וויפל מ'דארף זיין זהיר אין שמירת כח הראי און וויפל מ'קען אויפטאן מיט כח הראי וואס דאס ווייס מען דאך אויך אויך פון צד ההפצי פון נתן עיניו בו,
¶25עאכו"כ אין מרובר מדה טובה בשעת מ'קוקט מיט אן עין טובה, איז דאס איז אויך באשטאנען אז מ'קוקט מיט אן עין טובה על כל אחד מישראל, וואס דאס איז די הוראה פון בעל השמחה וועלכע מ'האט אונז איבערגעגעבן.
¶26און דערנאך איז מען נאך מסיים, אז אפילו דער וואס לאחרי אז מ'קוקט אויף אים באין טובה, און דאס קוקט אויף אים אזא וואס זיין ראיות פועל, ווי א ראי' פון א צדיק, ועאכו"כ פון א נשיא,
¶27איז זי דאך פועל ככל האפשרי און נאכמערער, און פונדעסטוועגן איז דאס אזא וואס דאס איז נאך ניט מספיק, מ'דארף נאך אנקומען צו א לימוד זכות, דערפאר וואס ס'איז דא ענינים וואס זיי זיינען שלא כדבעי, איז דאס נאך ניט מספיק די שני ענינים פון 'דורש טוב' מיט מביט מאין טובה,
¶28און מ'מאנט נאך, אז ס'זאל אויך זיין דער ענין פון מלמד זכות זיין על כל אחד ואחד מישראל.
¶29און מ'איז מסביר, אז דאס גייט צוזאמען מיט מוסר-נפש זיין אויף 'כלל ישראל'.
¶30וואס לכאורה, ווי גערעדט פריער, וואס האט דאס פאר א שייכות די שני ענינים, ואדרבא, לכאורה איז דאס גאר ענינים הפכיים, וועט מען דאס אויך פארשטיין פון דרשת המדרש.
¶31דער מדרש זאגט אויף מרדכי'ן, וואס ער איז דאך אויך געווען דער נשיא בדורו, און האט אויך געהאט אן ענין פון א גאולת כל ישראל, וואס דאס איז געקומען על ידו.
¶32זאגט ער אין מדרש, אז פריער זאגט ער, אז מרדכי איז געגאנגען ”לדעת את שלום אסתר ומה יעשה בה”.
¶33זאגט ער אויף דערויף אין מדרש, אז דער אויבערשטער האט געזאגט, אז וויבאלד אז ער איז געגאנגען 'דורש טוב' זיין, ליחיד, פאר נפש אחת, איז וועסטו זוכה זיין תזכור און דו וועסט 'דורש טוב' זיין לכלל ישראל, שנאמר ”דורש טוב לעמו”.
¶34זעט מען דאך, אז אין וואס פאר א וועק קען מען צוקומען צו ”דורש טוב לעמו” איז דאס פארבונדן דורך דערויף וואס ס'איז דא פריער דער ”דורש טוב” לכל נפש מישראל.
¶35וואס אט דאס איז אויך דער מרדכי בדורה, וכידוע דער סיפור וואס ס'איז געווען וואס מ'האט דעם אלטן רבי'ן אנגערופן בשם מרדכי איז אויך געווען אט דער סדר, אז מוסר-נפש זיין פאר 'כלל ישראל' איז ניט מספיק, און דאס קען ניט זיין באמיתיות, סיידן מ'האט אין זיך אט די תכונה, אז מ'איז זיך מוסר-נפש בשביל כל אחד ואחד מישראל.
¶36וואס דאס איז דאך אויך דער רמז פון דער משנה פון כל המקיים ”למה נברא אדם” יחידי, אז ללמדה דאך אז כל המקיים נפש אחת מישראל אלקי אלו מלא.
¶37וואס אט די הוראה האט מען אויך אונז איבערגעגעבן אין דעם פארברענגען פון א טאג וואס ער איז דער ראש השנה לתורת החסידות ולדרכה והוראות תורת החסידות, אז בשעת מ'גייט אוועק דערנאך פון דעם טאג בכל השנה כולה, ווינטשט ער זיך יעדערער אויף מיטנעמען מיט זיך די התעוררות,
¶38מיט אן ענין של הוספה וואס אים איז צוגעקומען פון דעם טאג אן על כל הימים שלאחרי זה, איז די נקודה בזה איז, אז מ'איז זיך מוסר-נפש פאר 'כלל ישראל', און מ'איז זיך מוסר-נפש פאר כל יחיד מישראל.
¶39און וויבאלד אז דאס איז אן ענין א הוראה וואס מ'האט דאס אונז איבערגעגעבן, און די הוראה איז דאך אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחם איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס איז בכחו ”של כל אחד ואחד”, אז ער זאל קענען דערצו דערגרייכן.
¶40און דער סדר אין דערויף איז, איז דאך אין תורה איז דאך סדר הדברים איז דאך אויך תורה והוראה, איז דער סדר אין דערויף אויך ווי דער רבי האט געזאגט אין דער שיחה דער ”דורש טוב”, ומביד בין יפה ומלמד זכות.
¶41ודלא כעותם הטועים, אז מ'קומט צוגיין און מ'רעדט מיט זיי וועגן א יחיד אדער וועגן א ציבור איז הויבט מען אן מיט א סדר הפוך, אז די ערשטע זאך באמערקט מען די ענינים וואס טויגן ניט, נאר וואס דען?
¶42אזוי ווי די גמרא איז דאך די תורה איז דאך מחייב אז מ'דארף מלמד זכות זיין, הויבט ער אן מלמד זכות זיין תאצדיקין מיט אלע אופנים ודרכים וואס ער קען אויסגעפינען.
¶43דערנאך גייט ער נאך מיט חיל אל חיל צו א העכערע דרגא, אז ער הויבט-אן קוקן אויף אים, וויבאלד אז ער האט ארויסגעפונען א לימוד זכות בכח התורה, איז דערנאך קען ער שוין בא זיך אויך פועל'ן, אז ער זאל אנהויבן קוקן אויף אים באין יפה.
¶44וואס אט דעמאלט קומט ער לידי החלטה, אז פלוני איז ראוי אז ער זאל זיין א ”דורש טוב בשבילו” אז ער זאל אים טאן א טובה ברוחניית, אדר בגשמיות.
¶45איז אט דאס איז אויך די הוראה, אז דאס איז אינגאנצן א היפך פון סדר והוראה פון בעל השמחה והגאולה.
¶46און דער סדר דארף זיין אין א סדר הפכי.
¶47און ווי מ'זעט אויך במוחש, אז בשעת מ'הויבט-אן מיט דעם סדר, אז מ'באמרט די דברים בלתי-רצויים, דערנאך דערמאנט מען זיך אויפן ציווי אז מ'דארף מלמד זכות זיין על כל אחד מישראל, און מ'הויבט-אן דערפון די הארעוואניע איז ווער ווייס ווען ער וועט צוקומען לויט סיום הענין וועט ס'זיין א 'דורש טוב' לעמן, און ווי דער טייטש אין דערויף לעמו ”לכל אחד ואחד” מבני ישראל.
¶48בשעת מ'הויבט אן מיטן צווייטן סדר, מיטן סדר וואס דער רבי האט איבערגעגעבן, ווי די הנהגה איז געווען פון דעם מייסד תורת חסידות חב", דוליט דורותיו אחריו און ווי דער רבי דער בעל השמחה והגאולה האט געזאגט, אז חסידות איז דאס ניט אן ענין מערניט ווי פאר א טייל פון אידן, נאר דאס איז שייך צו יעדער אידן פון וואס פאר א מקום און אין וואס פאר א זמן ער זאל ניט זיין,
¶49איז דאך דאס די הוראה אויך שייך ”לכל אחד ואחד”, זעט מען, אז בשעת מ'גייט מיט אט דעם וועג פון אנהויבן פון ”דורש טוב לעמו”, איז אט דעמאלט ווערט בדרך קלה ביותר ובפנימיות יותר די צוויי ענינים וואס קומען נאך דערויף דער ענין פון מביט בין יפה און דער ענין פון לימוד זכות.
¶50און אין דערויף איז אויך תלוי דער גאולת הכלל, איז דאך ידוע דער חילוק פון דעם גלות פון איצטן, ביז די גלויות וגאולות וואס ס'איז געווען פריער, אז אין יענע גלויות איז געווען דער סדר אז מ'איז ארויסגעגאנגען לגאולה, ס'איז אבער געווען יחידים וואס זיי זיינען געבליבן בגולה, און ווי די גמרא זאגט, אז אין ציבור בבל ווארום אויב מ'געפינט זיך אין גלות איז דאס אן ענין פון יחידים,
¶51משא' כן דער איצטערדיקער גלות וועט דאך זיין א גאולה שלימה, אז קיינער וועט ניט בלייבן בגלות, נאר אלע וועלן ארויס אין גאולה אמיתית, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז גאולת כל אחד ואחד מישראל איז דאס נוגע לגאולת 'כלל ישראל'.
¶52וואס אט דערפאר איז אויך תורת החסידות, וואס זי איז דאך נתגלה געווארן בדרא דעקבתא דמשיחא, ווי ער זאגט אין זהר ווי ס'איז געווען דער מעמד צו רשבי, אז דער ענין פון ספר הזהר וועט נתגלה ווערן שפעטער, און ווי די מפרשי וועט נתגלה ווערן בסוף הדורות,
¶53און ווי די מפרשים זיינען נאכמער מפרש, אז ס'דארף זיין דער גילוי אין אן אופן פון 'יתפרנסון מיני' דאס הייסט א לימוד אין אן אופן פון 'הבנה והשגה'.
¶54וואס דאס איז דאך אראפגעקומען כמה דורות לאחרי האריז"ל, ומדור לדור איז דאך ווי ער זאגט אין זהר אויף דרא דעיקותא דמשיחא, אז ס'איז דא דער ענין פון מעיינות רבה,
¶55אז ס'איז דעמאלט וועט זיין דער גילוי פון תמירין דאורייתא, ביז וואנענט אפילו רבי נוערים שבישראל וועלן אויך קענען צוקומען צו לימוד 'פנימיות התורה', איז אט דעמאלט איז דאך די נאנסטע טעג צו די גאולה האמיתית, וואס דאס וועט קיינעם ניט לאזן אין גלות, וואס דערפאר איז נוגע די מסירת-נפש ועבודה ביד הכלל,
¶56דורך דעם אז ס'זאל זיין די מסירות נפש, און אין דעם סדר, ווי כאמור בהשיחה, בעד כל אחד ואחד מישראל.
¶57וואס אט דאס איז דאס וואס דאס דארף אפגעטאן ווערן דורך יעדערן בענינו, ווארום אויב מ'דארף גואל זיין א צווייטן, איז דאך על אחת כמה וכמה אני אורך קודמין דארף ער דאך גואל זיין זיך אליין,
¶58דארף ער אליין זיך עוסק זיין אין דער עבודה האמורה, און אין דעם סדר ווי די רביים די נשיאים האבן אנגעגעבן, און אט דעמאלט וועט דאס ווערן א תפילת הציבור, א חיבור פון ”כל הציבור כולו” ביחד, וואס אט דעמאלט וועט זיין דער ”הן אל כביר לו ימאס” ויבוא משיח צדקנו ויגאלנו בגאולה האמיתית והשלימה.
¶59לחיים. לחיים.