transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בשנים קדמוניות איז דאך געווען דער סדר אויף דער עיקר פארברענגען פון י'ט' כסלו שלעמט מען אנהויבן, לאחרי חצות היום, נאך תפילת מנחה פון י'ט' כסלו, דערנאך מפני כמה סיבות, אז מ'האט דאס געמאכט אויף נאך מעריב, איז דאס געווען נאך מעריב צו דערנאכט וואס האט א שייכות צו כ' כסלו,
¶2און דאס איז אויך פארבונדן דערמיט וואס דער עיקר הגאולה האט זיך אנגעהויבן לאחרי תפילת מנחה און סמך לתפילת מעריב, ויש אומרים, און מצד די סיבה וואס ס'איז געווען די דריי שעות וואס דערנאך האט מען זיך פארהאלטן, מצד די טעות אין די כתבות וכו איז דאס גאר אויסגעקומען דערנאך ביינאכט.
¶3בכל אופן בנוגע לפועל איז דאך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז דער גאנצער עולם געפינט זיך דא בא דער תפילה, אף על פי וואס לכאורה האט דער גאנצער עולם געדארפט זיך געפינען בא א פארברענגען פון יט כסלו אין סאן מין מיטן ברענג,
¶4אבער אויף א מעשה פרעגט מען דאך ניט קיין קשיות, אזוי איז דאך די מעשה בפועל, במילא דארף מען זיך דערמיט רעכענען, במילא איז דאך א זיכערע זאך אז ס'איז א עבדה וגם פשוט אז מ'וועט פארברענגען און מאכן א פארברענגען מיט א גאנצן שטורעם ווי ס'פאסט פאר ראש השנה לתורת החסידות ולדרכי,' וכמדובר כמה פעמים,
¶5אנהויבנדיק וואס איז פארבונדן מיט די אלע דריי ענינים פון תורה און גמילות חסדים, און מתפלל אים הציבור, מיט החלטות טובות, און אויך בשעת דער פארברענגען גופא, איז דאך א זיכערע זאך אז ס'וועט אויך זיין דער ענין פון חזר'ן, פון רבותינו נשיאינו, וואס דאס איז דאך דער ענין התורה,
¶6בכלל אז מ'חזר'ט אן ענין פון חסידות, איז רובא דרובא איז דארט אויך דא ענינים של תפילה, ותחנונים האט דאס אויך שוין אין זיך אן ענין אויך פון קו התפילה,
¶7עאכו"כ אז דערנאך מ'זאגט דאך אויך לחיים און מ'איז מתפלל און מ'ווינטשט יעדערער לכל המסובים, און אויך צו די וואס געפינען זיך ניט אין דער מסיבה, אבער מ'טראכט וועגן זיי און מ'פארבינדט זיך מיט זיי במחשבה וכיוצא בזה, מיט אלע תפילות טובות וברכות טובות האט מען דאך אויך דער ענין פון תפילה בגלוי,
¶8און אויך דער ענין פון צדקה דורך החלטות טובות בהנוגע צו צדקה וואס מ'גיט בשעת מעשה, אדער מ'איז זיך מתנדב אויף לאחרין מכך, און אויך די צדקה וואס מ'גיט בשעת מעשה, א צדקה דורך א גוטן ווארט, אדער א צדקה דורך אן ענין של עוזר לאלוהו באיז ה אופן שיהי',
¶9און א צדקה דורך והוא העיקר אויף מאודות זיין ”איש את חבירו, לכיו יאמר חזק”, וכמדובר כמה פעמים.
¶10וואס דאס איז אויך ווי מ'געפינט זוכט זיך אלעמאל אן ענין וואס זאל זיין פארבונדן אין א זאך וואס חזר"ט זיך איבער ”מידי שנה בשנה”, אדער כמה פעמים בשנה, אויך א זאך וואס איז במיוחד פארבונדן מיט דעם
¶11מאורע אויסגעטיילט פון די אלע מאורעות שדומות לו, איז דאך אויך דער יו טס כסלו פון היינטשיקן יאר איז דאך הונדערט און ניינציק יאר פון זינט די יו טס כסלו בפעם הראשונה, דערנאך זוכט מען אין חסידות וואו געפינט מען אן ענין פון הונדערט און ניינציק יאר,
¶12געפינט מען קאר א דבר הכי גלוי, די זאך פון יו טס כסלו איז דאך פארבונדן מיט יו טס, כמובן אין גם פשוט.
¶13ובפרט וואס ס'איז דאך דא כמה וואס זוכן דורך רמזים ופירושים און דער עיקר לימודים וואס מ'לערנט דערפון אפ בנוגע למעשה בפועל איז צען מאל ניינצן ווערט דאס הונדערט און ניינציק, וואס דער ענין פון צען איז בכלל אן ענין וואס באווייזט אויף ענין השלימות, און מ'געפינט זיך אויך אין דער משנה הידועה פון פרקי אבות,
¶14טיילט זיך אויך חיי האדם אין תקופות פון עשר שנים, א חוץ די גרבה התחלה וואס דעמאלט איז זיי דא, מצד דערויף וואס דער אויבערשטער וויל דאך אז א איד זאל וואס פריער אנהויבן טאן בכל ענינים פארבונדן מיט דעת וכו האט מען ניט געווארט אויף די ענינים פון דער חילוק פון מקרא און משנה און גמרא
¶15ועדה וזו א חיוב במצוות, נאר פריער האט מען געמאקט חלוקות שנעלער, און ערשט דערנאך, לאחרי עשרים שנה, הויבט זיך אן אויך די חלוקה פון עשר שנים, וואס יעדער עשר שנים הויבט זיך אן א נייע עלי' אין א נייער ענין של עבודה, פיזין עבודה ”חדשה לגבי כל” העבודה שלפני זה, כמובן וגם פשוט.
¶16וואס דערפאר איז דאך אויך א זיכערע זאך, אז ס'דארף גאר ניט מורא זיין, אז מ'וועט אויסנוצן די נאכט פון י' טז כסלו, וואס ס'איז בהמשך צום טאג פון י' טז כסלו, און אויסנוצן דאס אין א שטורעמדיקן פארברענגען בכל מקום האפשרי, ”בכל המרבה הרי זה משובח”, סיי בכמות, על אחת ”כמה וכמה דריבוי” אויך באיכות,
¶17ועל דרך זה אויך אין די אלע ערטער וואו מ'הערט איז די איצטיקען ריידן אדער מ'וועט איבערגעבן אהינצו, וועט מען דאס אויך אויסנוצן באופן כך.
¶18און ווי ס'איז געווען דער מנהג, בהחסידים גארניט לאנג, על אחת כמה וכמה אין די פריערדיקע דורות, פלעגט מען דאך ממשיך זיין אין די פארברענגענות פון ווי יט' כסלו ווי מ'פלעגט אריינפארברענגען אין די ימי החנוכה,
¶19אפילו אז ס'איז געווען אין מיטן א שבת וכיו' בזה, איז דאך א פארברענגען מיט שבת גייט דאך גאר צוזאמען, ווארום ”ביום שומחתכם” איז דאך עולה השבתות.
¶20און בכלל דארף מען דאך ניט זוכן קיין טעמים פארוואס מ'דארף מאכן א חסיד'ישע פארברענגען, בשעת מ'ווייס וואס נשיא דורנו האט מפרסם געווען דעם פתגם פון דעם אלטן רבי'ן, וואס א חסיד'ישע פארברענגען קען אויפטאן, וואס אפילו מלאך מיכאל קען דאס ניט אויפטאן.
¶21און בפרט נאך, כמדובר, אז מ'האט שוין געהאלט אין איין רעדן און גערעדט כמה פעמים וועגן דעם שטורעם פון חודש כסלו בכלל, חודש כסלו אז ער האט צוויי שבתות,
¶22על אחת כמה וכמה אז ער האט שוין צוויי ימי הגאולה, סיי פון יו' כסלו און סיי פון יו ט' כסלו, מ'איז דאך שוין דורכגעגאנגען כ' ד' שעות און כ' פון יו ט' כסלו, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דארף ניט האבן קיין הסברות, ואדרבא ”כל המרבה הרי זה משובח” כמדובר בכמות,
¶23און אויך על אחת כמה וכמה בנוגע באיכות, אלס השטאטוס בזה וועט מען דאך אויך ווי מ'טוט אלעמאל פון געבן אויך שליחות אויף צדקה, און אין אן אופן פון חוט המשולח, וואס דאס איז דאך אויך דער ”פדה בשלום נפשי” די דריי ענינים און די דריי מאלן, ווי דער יום הגבולה בפעם הראשונה איז דאך אויך געווען ביום השלישי,
¶24און ווי דער אלטער רבי איז מדגיש דאס אויך באגרת הקודש שלו הידוע פארבונדן מיט דעם ענין הגאולה, און ס'איז דאך אויך איצטער איז שביעי שנה זו, אז י' טז כסב וביום השני,
¶25איז דאך לאחרי תפילת מעריב האט מען אויך שוין דעם אויפטו מיטן שטורעם פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, צוזאמען מיט דעם גאנצן עילוי אין דעם שטורעם און דעם המשך פון יום פון יום פון יום ט כסלו.
¶26וכמדובר כמה פעמים בנוגע צו תפילת ארויס וואס האט אין זיך ביידע ענינים.
¶27ס'האט אין זיך דעם ענין אז דאס איז דער תשליל און די שלימות פון בדרים ואיברים פארבונדן מיטן יום עבודת היום שלפני זה, און אויך די התחלה און תרומת הדשן פון א יום שבא לאחרי זה.
¶28ותהלו ”חכם ויחכם עוד” אז שהאט די צייט צו רעדן, נעמען זיך בעשו מיט ”המעשה הוא העיקר” מ'וועט אנהויבן גלייך, כמדובר כמה פעמים, סיי דא סיי בכל מקום שהוא א שטורעמדיקן פארברענגען, מיט די כמה נקודות וואס ס'שטייט דאך אין די דרושים פון רבותינו נשיאינו פארבונדן מיט י'ט' כסלו,
¶29כולל אויך אין די דרושים חדשים אין 'פנימיות התורה', כמוספר כמה פעמים, אויך אין דעם משך פון די לעצטע טעג,
¶30ועוד ויהי רצון, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד דער תשלום ”שכר בזה, מדה כנגד מדה”, אז פון די זריזות פון אידן וואס זיי טוען, 'ובפועל ממש', ובעשי במעשה בפועל, אין ענינים של גאולה, ביז די גאולה פון יפוצו המעינותיך חוצה וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, 'כתא מר דא מלכא משיחא',
¶31זאל דער אויבערשטער גלייך אראפברענגען די גאולה האמיתית והשלימה מיטן בית המקדש השלישי וואס איז פארבונדן מיט יום השלישי, מיט כל הענינים של שלש, 'ובשמחה ובטוב' לבב, ותיכף ומיד ממש.