Paragraph
Paragraph rh-kjy11ksn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- LZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין דער מאקסימלסטער וועג, וואס דאס ברענגט א תועלת ניט נאר פאר די וואס טוען אין דעם און וואס זען די פירות, נאר דאס ברענגט אויך א תועלת, וויבאלד אז ס'איז געטאן געווארן אין א ליכטיקן אופן ווי תורה, וואס ס'ווערט אנגערופן תורה אור א ליכטיקע תורה, וואס ליכטיקייט מאכט דאך ליכטיק דעם גאנצן ארום, ניט פרעגנדיק קיין שאלות ביים ארום צי ווילן יא נאר אז מ'מאכט אפילו א קליין ליכטעל, אז מ'צינדט דאס אן אין א גרויסן צימער, וואס דער צימער איז ניט באלויכטן, איז ניט פרעגנדיק בא די כלים און בא די מענטשן וואס געפינען זיך אין צימער האט די טבע פון א ליכטית, אז ס'מאכט ליכטיק אין דעם גאנצן ארום, על דרך זה אויך בהנוגע צו נר מצוה ותורה אור אז א איד לעבט ווי תורה האט אים אנגעוויזן, במילא איז ער זיך מקיים נר מצוה און לערנט תורה און פארשפרייט תורה מאכט ער ליכטיק דעם גאנצן ארום, במילא מאכט ער אויך ליכטיק דעם לעבן פון די ניט-אידן ארום זיך, על אחת כמה וכמה דעם לעבן פון דער גאנצער קאנטער, פון דער גאנצער לאנד אין וועלכע ער געפינט זיך, ובפרט נאך, ווי דערמאנט פריער, אז מיר האבן די מעגלעכקייט, דורך דערויף וואס מ'האט געהער צו יונייטעד סטעיטס אז מ'זאל
- proofread
- 0