Paragraph
Paragraph rh-khasa52a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-m67vvwhh
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך א חודש אנגעפילט מיט ימים טובים, און הויבט זיך אויך אן מיט ימים טובים פון ראש השנה, ובפרט נאך היינטיקן יאר איז גלייך נאך די צוויי טעג ראש השנה האט מען דאך אויך דעם יום השבת, און אזוי אויך דערנאך, אין די צוויי טעג פון סוכות, האט מען גלייך נאך דערויף אויך א יום השבת, און דערנאך אויך אין ענדע פון סוכות, גלייך נאך די צוויי טעג פון שמיני עצרת און שמחת-תורה, האט מען אויך א דריטן טאג, וואס דאס איז א שבת'דיקער טאג, און ווי מ'זעט דאך יעדערן פון אייך און מ'זעט אויך ערוואקסענע אז א הנהגה, אן אויפפירונג, די וועלכע מ'האלט אן דריי טאג נא כאנאנד, די זעלבע הנהגה, באקומט דאס א שטארקייט, אדער אין לשון קודש איז געדרוקט א חזקה, אז דאס גיט-צו נאכמער שטארקייט, מ'זאל זיך אזוי אויפפירן אין די טעג נאכדעם, און וואס נאכמערער די ידיעה דער וויסן אז ס'קומען
- proofread
- 0