transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס בהמשך להמבצעים האמורים, וואס דערמאנט פריער איז דאך זעלבסט-פארשטענדלעך אז מ'דארף דערמאנען, ובמיוחד, דעם ענין פון ספר תורה וועגן וועלכע ס'רעדט זיך במשך פון די התוועדיויות האחרונות כמה וכמה פעמים,
¶2אויף זיך משתדל זיין אז יעדער איד און אלע אידן זאלן זיך כולל זיין מיט הונדערטער טויזנטער אידן צוזאמען, אין אן אופן אמיתי ונצחי,
¶3וואס ווי אזוי קען דאס זיין דורך דערויף וואס מ'האט און מ'קויפט דעם ממון, וואס דאס איז דער ”היו יכול לקנות בזה חיי נפשו”, ווי דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן אין תניא,
¶4און ער גיט דאס אפ כדי צו אפקויפן דעם אות בתורה, וואס אין דער תורה איז דאך דא הונדערטער טויזנטער אותיות, וואס בא זיי איז אויך יעדער אות דארף זיין א מוקף גויל און אין הצורות האותיות שוות,
¶5ביז וואנענט אז אין די צורות גופא איז אויך בא אידן גופא דא א חילוק צווישן אשכנזים און ספרדים און כתבי און לויט דעם אריז"ל און תימנים וכיו"ב,
¶6און ווי ער זאגט אין ”טעמי מצוות אין סוף” פרשה האזינו אין כתבי האריז"ל אז די אלע שינוי הצורות שונות זיינען רמוז למעלה און זיי האבן אן ארט, ווי ער איז דארטן מאריך אין פרטי הדברים איז
¶7ניט קוקנדיק אויף דערויף, וכאמור לעיל, אז ס'איז דא דער חילוק פון ראשיכם ביז ”שואב מימיך”, וויבאלד אבער אז נצבים ”לפני הוי' אלקיכם” זיינען זיי אלע כולכם, ”לאחדים כאחד”, ”כאיש אחד בלב אחד”,
¶8און ווי דער ביאור בזה איז אין ענינים שבמעשה בפועל, אז דאס איז 'נגד ההר', הר ”סיני שבו ניתנה תורה”, און ווי בפשטות, ו ”המעשה הוא העיקר”, אז דורך דערויף וואס ער האט אן אות, און דער אות איז בא אים פארבונדן מיט 'חיי נפשו',
¶9און דאס האט ער אזא מין טאקע מוקף גויל, אז דאס איז אן אות בפני עצמו, אבער אלע אותיות, הונדערטער טויזנטער פון זיי, זיינען נתאחד אין א תורה אחת וואס זי איז א ”תורת אמת”, און א תורה נצחית, און א תורה שלימה,
¶10וואס די שלימות פון דער תורה איז תלוי אן דערויף אז אין איר זאלן זיין איינגעשריבן אט די אלע אותיות וואס דארפן דארט זיין איינגעשריבן.
¶11וואס אט דעמאלט ווערט דאס א יחוד אמיתי און א ”יחוד נצחי” און א יחוד בשלימות, וכאמור ביחד דערמיט וואס ס'איז דא באזונדערע אותיות,
¶12כל אות בפני עצמה, און אין די אותיות גופא באזונדערע צורות, ווי דאס איז בא אשכנזים אדער בא ספרדים אדער לויט אריז"ל וכיו"ב, ווי גערעדט שוין כמה פעמים במשך השנה.
¶13וכאמור, אז וויבאלד אז ס'קען זיין אויף צוויי אופנים, אדער בעסער נאך אויף דריי אופנים, מער בפרטיות, אדער אז ס'גייט בהדרגה אין סדר ”ההשתלשלות מעולם לעולם”, און בא יעדער עולם דארף מען זיך צופאסן צו די הגבלות ומדידות פון דעם עולם,
¶14ביז וואנענט ווי ס'קומט אראפ פון ”מעלה מעלה” ביז אין 'מטה מטה'.
¶15דערנאך איז דא דער אופן וואס תיכף ”נענו במענה פיהם” שלשה, וכמדובר לעיל פון דעם מאמר פון בעל ההולדת, דערפאר וואס מ'נעמט דאס מלמעלה ממדידה והגבלה ווערט דאס ”עד מהרה ירוץ דברו”.
¶16ובפרט אז דאס איז דאך פארבונדן מיט שלום, וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון אהרן הכהן וברכת כהנים, וואס איז פארבונדן מיט שקדים,
¶17וואס ”עד מהרה ירוץ דברו”, ”שוקד אני על הדבר לעשותו”, שקדים לטובה, כמבואר בארוכה אין פרח מטה שקדים אין לקוטי תורה פון דעם אלטן רבי'ן.
¶18וואס דערפאר איז דאך אויך ברכת כהנים זעט מען דאך אז דאס האט אין זיך די שני הפכים.
¶19דאס איז אן ענין וואס לעמוד לשרת לפני הוי' אין בית המקדש, ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” מיטן גאנצן שטורעם, און דאס בלייבט א מצות עשה אפילו אין חוץ לארץ, אפילו ”בזמן שאין בית המקדש קיים”,
¶20און אפילו אויף כהנים, וואס מ'דארף זיך דינגען, זיי זיינען יא מיוחסים ניט מיוחסים, זעט מען אבער דער ענין ווי ער איז בפשטות, אז זיי זיינען מברכים את ישראל, און מברכים בברכת כהנים,
¶21און מיט א ”ברכה לפני', אף” על פי וואס ”כל ספק ברכות” איז דאך אין אן אופן אז מ'מאכט ניט די ברכה, און מ'שטעלט אויף דערויף אויך דעם תנאי ”לברך את עמו ישראל באהבה”, דוקא מתוך אהבת ישראל,
¶22וואס דאס איז דאך אויך כולל רעך ורע אביך, ווי געזאגט אין דעם מזמור ”למען אחי ורעי אדברה נא שלום בך”, אז דאס זאגט דער אויבערשטער אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן אז זיי זיינען זיינע אחים ורעים ”לברך את עמו ישראל באהבה”,
¶23און ווי ער איז נאך מבהיל אין זהר אויב ח' ושלום ס'פעלט אין דעם ענין פון אהבה אז דעמאלט טאר ער ניט גיין דוכנען, וואס מ'געפינט דאס ניט בא קיין אנדער ענין דוגמתו,
¶24שטייט בנוגע צו שליח ציבור אז ער טאר ניט אויסטיילן איימעצן פון דעם ציבור, און דערנאך שטייט דאס בא א מצות עשה מן התורה, ברכת כהנים,
¶25וכאמור, אזא ”מין מצות עשה” וואס לכאורה איז דאס ”לעמוד לשרת לפני” ה' לפני הוי', וביחד עם זה איז דאס א ענין וואס ס'בלייבט א מצות עשה אפילו 'בזמן הגלות' און אפילו בזמן ערבוב יוחסין,
¶26וואס דערפאר איז דאך דא ענינים וואס מ'דינגט זיך צי דאס איז כהנים בעלי חזקה וכו' וכו', בא ברכת כהנים איז מען א ”מנהג פשוט בכל ישראל”, אז כהנים דוכנ'ען און מאכן א ברכה לפני זה, און דערנאך זיינען די אידן המתברכים זאגן זיי אויך דער יישר כח וכיו"ב,
¶27און דער עיקר דער ”ושמו את שמי על בני ישראל ואני אברכם” אז דער אויבערשטער בענטשט זיי די מברכים, דערפאר וואס זיי האבן מקיים געווען ענינם, איז דאך דער ענין פון ברכת כהנים דער ענין פון נר ”מהרה ירוץ דברו”
¶28ווארום מ'נעמט דאס פון דעם מקור, גייט דאס אין אן אופן פון שקדים, און גלייך ווי דאס ווערט למעלה ווערט דאס אויך למטה.
¶29דערנאך גיט מען יעדער אידן א כח, אפילו אז ער איז ניט קיין כהן, איז דאך אבער דער ערשטער פון די ג' אבות, ”אברהם אוהבי”, גיט ער און איז מוריש ”מצד אהבה שלו”, וואס אהבה שלו און חסד שלו איז דאך געווען אן הגבלות,
¶30אפילו ”לו ישמעאל יחי' לפניך” עאכו"כ ”ביצחק יקרא לך זרע” איז ער דאס מוריש די אלץ וואס בא אים איז דא, וואס דעמאלט קומט דאס ארויס אין אן אופן ויהי הוא עוד 'טרם כילה לדבר'.
¶31און אט דאס האט מען די הבטחה, ווי מ'האט דאס אויך געזען בפשטות, אז די וואס זיינען געגאנגען רעדן מיט א אידן פלוני בן פלוני ער זאל נעמען אן אות אין תורה,
¶32און מ'האט זיך געריכט אז מ'וועט דארפן מיט אים איינ'טענה'ן און דינגען זיך און פועל זיין וכו' איז נאך ”טרם כילה לדבר”, מ'האט נאר געזאגט וועגן דעם ענין האט ער גלייך געענטפערט, אז ניט מ'דארף אים מזכה זיין און מ'דארף אים איינשמועסן,
¶33נאר ער וויל האבן אן אות אין תורה, מ'האט אים אבער געדארפט זיין דער התחלת הדיבור דערציילן אים וועגן אט דעם ענין.
¶34און אט דעמאלט האט מען די הבטחה כללית וועגן דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם, בפרט נאך אז דא האט מען דעם ענין אז אפילו אני ישנה בגלותא איז ולבי ער, וואס דאס רעדט זיך וועגן א אידן וואס ער איז ישן בגלותא, און ”תורת אמת” איז דאס מעיד אויף אים,
¶35זאגט מען, אז בשעת מעשה איז ולבי ער להקב"ה, ביז דאס קומט דערנאך אויך ארויס אין תורתו און אויך אין מצוותיו,
¶36עאכו' כמה אין ענין התורה, וואס דאס איז דאך מחבר און מאכט איין זאך פון ישראל וקוב"ה, איז דאס דורך אורייתא,
¶37מ'דארף דאך אבער האבן אז ס'זאל אראפ אין מעשה בפועל, וואס דאס איז דער ענין הכתיבה אין תורה שבכתב, וואס דאס איז דאך א מעשה, ניט דיבור, ”מעשה זוטא”,
¶38עאכו' כמה ניט דער ענין מחשבה, נאר ”מעשה בפועל, מעשה” הכתיבה, און בפרט נאך, כמדובר, אז מ'פארבינדט דאס און ער גיט אויף דערויף אוועק 'חיי נפשו'.
¶39וכמדובר, אז דאס מיינט מען דעם ענין בפשטות, ניט נאר ”העסק בתורת עולה כאילו הקריב” עולה האט ער שוין זיינס אפגעטאן אז ער רעדט וועגן דעם ענין, נאר ס'דארף זיין די עשי' בפועל, פועל זיין אויף נאך א אידן און נאך א אידן און נאך א אידן ער זאל נעמען אן אות בתורה,
¶40און ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט דאס אים מסביר זיין וועט זיך ארויסווייזן אז ער וויל נאך מערער טאן דאס וויפל דער וואס וויל בא אים פועל זיין ער זאל וועלן, און דער עיקר זאל אראפ בפועל.
¶41און אט דעמאלט ווערן, כאמור, אלע אידן פאראיינציקט אין אן אופן אמיתי און אין אן אופן נצחי, און אין אן אופן הכי שלם, בדוגמא פון ירושלים וואס דערמאנט פריער, וואס דאס איז ווי דאס איז בעולם,
¶42אין מקום, עד"ז אין שלימות אין וועלט איז דאך דאס דער ענין התורה, און בא א אידן ווען א איד פירט זיך 'ע'פי התורה',
¶43וואס דאס אלץ הויבט זיך אן פון ”כתבו לכם את התורה הזאת” כמדובר בארוכה במשך השנה כמה וכמה פעמים,
¶44ובפשטות אויף נאך מער ”ביתר שאת וביתר עוז” טאן אין דעם ענין, און זען אז יעדער איד און אלע אידן זאלן זיך פארשרייבן אין איינע פון די ספרי תורות,
¶45וואס אע"פ וואס דאס איז 'לשון רבים', איז דאך ”כבר הי' לעולמים”, גלייך באם ערשטן מאל, איז בשעת משה האט מסיים געווען ספרו, האט ער צוזאמען דערמיט אויך געשריבן נאך צוועלף ספר תורה'ס פאר יעדער שבט, וואס במסילתו ובדרכו ילך,
¶46און מ'זאגט אז דאס איז טאקע דרייצן ספרי תורות, אבער אין ”תורת אמת” שטייט אויף דערויף דער לשון פון ספר התורה הזה איז 'לשון יחיד', אדער ספר ”התורה הזה לשון” יחיד,
¶47און דאס מאכט פון די אלע דרייצן ספרי תורה, און פון די אלע אותיות וואס אין די דרייצן ספרי ”תורה ועד"ז אין” די ספרי תורה הנכתבים עתה,
¶48אז די אלע אנשים און נשים און טף, און אויך כמדובר כמה פעמים אז יש מקום לומר אז מ'קען מזכה זיין אויך אותיות פאר די וואס געפינען זיך שוין בעולם האמת,
¶49וואס יש להסביר זה און מסביר זיין דאס און אראפברענגען ס'זאל זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן, ע'פי תורה, הלכה למעשה בפועל, עאכו' כמה די השתדלות, אז גלייך ווי א קינד ווערט געבארן זאל מען גלייך אים זיין און נעמען פאר אים אן אות בתורה,
¶50וויבאלד אז ס'איז שוין נשמתו געפינט זיך בגופו, און מ'איז מסביר, אז דער חיבור 'הנשמה בגוף' והמשכת החיות 'הנשמה בגוף' איז פארבונדן דערמיט וואס ער האט אן אות בתורה,
¶51וואס ”יש ששים ריבוא אותיות לתורה”, און פון די ר' תיבות פון די ווערטער ווערט צוזאמענגעשטעלט ישראל, דער גאנצער אידישער פאלק, און טאן בכל האמור, כאמור, אין א זריזות הכי גדולה, וביחד עם ”זה בשמחה ובטוב לבב”,
¶52וביחד עם זה, כמדובר, אינגאנצן ניט מישן זיך אין וואס פאר א נוסח, אין וואס פאר א ספר תורה, דער צווייטער וויל זיך פארשרייבן,
¶53בפרט נאך כמבואר אין כתבי האריז"ל האמורים לעיל, אז יעדערער פון די צורות האותיות מיט די אלע שינויים שבדבר איז דאס אזוי אויך שטייט דאס למעלה דערפאר איז דאס אזוי אויך למטה.
¶54און ניט טראכטן וואו איז די הסברה אז ס'איז דאך ”אין דיעותיהן שוות” און נאכמערער אין האותיות שוות, און אין אות א' גופא,
¶55וואס דאס ברענגט ער דארט לדוגמא אין כתבי האריז"ל, די ”שינוי הצורה אין” דעם אות א', איז שוין דא א שינוי בצורה בא פארשידענע עדות בבני ישראל איז דאס דוקא דורך דערויף ווערט א ”ספר תורה כשר לכל אחד ואחת”, און א כשר"ע אויך בשלימותה,
¶56ביז אין אן אופן נצחי.
¶57און דאס ווערט די הקדמה קרובה, כאמור לעיל, אז נאך ”טרם כילה לדבר”, און דער עיקר, אז דער דיבור איז בא אים אין אן אופן אז ער זעט אז דאס איז פועל פעולתו, ווארום ער האט געזען אז נכנס אלב השומע,
¶58און יענער האט געקויפט דעם אות בתורה, און האט אויך געטאן אזוי בשביל אשתו ובני ביתו וכיו' בזה, כולל אויך, כמדובר, גלייך ווי ס'ווערט געבארן א קינד, נעמט ער פאר אים קויפט ער פאר אים גלייך אן אות בתורה.
¶59און ויהי רצון, אז בשעת מ'וועט זיך טאן אין די אלע ענינים, איז נאך טרם כילה אויף מסיים זיין די ספרי תורה זאל שוין זיין די ביאת משיח צדקנו, וואס ילמד תורה את ”כל העם כולו, ומשה ואהרן” עמהם,
¶60צוזאמען מיט דער ספר תורה וואס זי איז בעזרה, און פון איר איז מען מגי' כל ספרי תורה שבעולם, און צוזאמען מיט נותן התורה, וואס ”הקב"ה קורא ושונה כנגדו”, וועט זיין די אלע ענינים אין אן אופן פון 'ונגלה כבוד' הוי', ”ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"”,
¶61דאס קומט אבער אראפ, ווי ער איז מדגיש אין תניא, אין ראי' מוחשית, וואס לכאורה דארף מען דאך האבן א ”ביאור, בשעת לא יכנף עוד מוריך” אלקות וועט שטיין בגלוי איז וואס איז דא נוגע אז א ניין בשר זאל דאס זען אין א ראי' מוחשית פון ראי' בגשמיות?
¶62אפילו קודם זמן ההוא איז דאך אויך נשמתם עיקר וגופם טפל, איז ראי' שכלית עיקר און ראי' גשמית, ראי' גופנית, טפל,
¶63על אחת כמה וכמה אז ”והיו עיניך רואות את מוריך” אין דעם ענין הראי' גופה, און 'ונגלה כבוד' הוי' איז מען מוסיף נאך אז מ'זאל וויסן זיין אז ס'וועט זיין א ראי' מוחשית, און מ'ברענגט נאך א ראי' ו”כבר הי' לעולמים” בשעת מתן תורה.
¶64וואס דער ביאור בזה איז דאך אין כאן המקום און ניט וועגן דערויף רעדט זיך איצטער אט דאס וואס מ'רעדט איצטער איז דאס בהנוגע צו ”המעשה הוא העיקר” בהוספה וביחד ולכל לראש פון די אלע מבצעים האמורים דער ”יתר שאת ויתר עוז”,
¶65אין דעם מבצע פון זען אז יעדער איד זאל זיך כולל זיין מיט הונדערטער טויזנטער אידן, דורך קויפן אן אות אין א ספר תורה וואס ווערט שוין איצטער געשריבן, און דערנאך ווערן זיי אלע כאחד, וואס דאס ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה.
¶66און בשעת מ'שטייט בזריזות יותר, מ'היילט אלץ מערער צו דעם ארייננעמען אז יעדער איד זאל קויפן אן אות בתורה היילט מען אויך צו ביאת משיח צדקנו, ווארום הא בהא תליא.
¶67און ויהי רצון, אז די זריזות עצמה זאל אויך זיין מתוך שמחה וטוב לבב, און אין אן אופן פון פורץ גדר, כל מדידה והגבלה,
¶68וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”יעלה הפורץ לפנינו”, דער ענין פון פורץ זיין כל מדידות והגבלות פון גשם, אז ס'איז דא די מציאות הגשם, ער שטייט אבער אין אן אופן פון ”פרזות תשב ירושלים”, און דאס ווערט א ענין בפשטות אין 'ירושלים של מטה',
¶69וואס דעמאלט ווערט זי שחוברה לה יחדיו מיט 'ירושלים של מעלה', ובפשטות אין עבודת כל אחד ואחת מתוך יראת שמים שלימה,
¶70סיי אין ענינים של מעלה, טוב למקום, סיי אין ענינים של מטה, ”טוב לבריות”, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב,
¶71און ס'וועט זיין בקרוב ממש דער 'ירושלים הבנוי'' כפשוטה ”למטה מעשרה טפחים”, ”עוד אבנך ונבנית” דער קרית דוד, קרית מלך, עיר בה 'חנה דוד', דוד מלכא ”משיחא, במהרה בימינו” ממש.
¶72לחיים.