English
ספרייה
kind
paragraph
order
eI
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דערנאך איז דא דער ענין וואס מ'גיט מלמעלה למטה, וואס דאס איז דער ענין התורה. וואס דערפאר איז דאך אויך אין פארבונד מיט חמשה עשר באב, איז דאך גלייך דא ווי די גמרא זאגט אין דעם סיום און דעם חותם און דעם אפשלוס פון כל עניני תעניות, כולל אויך די הלכות פון תשעה באב בפשטות, וואס וועגן זיי רעדט זיך דאס אין דעם סיום פון מסכתא תענית, על אחת כמה וכמה אז דאס איז כולל אין זיך דער סיום פון תשעה באב אין אן אופן פון אשלמותא, און שלימות בתכלית שאין אחרי'גלות פון דעם סיהרא באשלמותא, איז ניטא קיין הפסק און מ'טאנצט גלייך אריין און מיט א יום-טוב וואס ס'איז גאר ניטא דוגמתים, יום-טוב פון א שמחה שאין דוגמתו, בפרט אז ער קומט לאחרי הירידה פון תשעה באב שלפני זה, כמבואר בארוכה, וואס דאס איז דאך דער טעם פארוואס להי'ימים טובים לישראל אפילו ניט חמשה עשר בניסן ובתשרי, וואס איז אויך קיימא סיהרא באשלמותא, דערפאר וואס דוקא איז סיהרא באשלמותא פון אב קומט לאחרי הירידה הכי גדולה, איז דערפאר האט דאס דעם יום טוב הכי גדול. און דערפון קומט אויך גלייך אראפ, כמדובר לעיל, וואס די גמרא ווייזט גלייך אן בהנוגע למעשה בפועל, וואס איז פארבונדן מיט חמשה עשר באב, אז דאס איז דער ענין אז מ'דארף מכאן ולהבא מוסיף זיין בכל עניני טוב, צוזאמען אויך אויף די הוספות וואס ס'איז געווען ביז חמשה עשר באב, וואס דאס איז דאך אן ענין תמידי, הוספה בקודש און עלי'בקודש איז דאך א ציווי תמידי, צוזאמען מיט א נתינת-כח תמידית, אז מ'דארף האלטן אין איין עלי'והליכה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים