English
ספרייה
kind
paragraph
order
Cu
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וויבאלד אז ס'איז דאך דא די זן-זאג און די דערציילונג בדרך סיפור בעלמא, ווארום דער ענין איז שוין צוגעגרייט מלמעלה, און ס'דארף מערניטש ווי אראפקומען למטה מיט די שלימות, און די שלימות ווי זי איז צוגעגרייט למעלה, וואס דאס איז תכלית השלימות, וכמדובר כמה פעמים, ובפרט אז א אידן איז זיך מוסיף בכלל אין עניני צדקה, ובשרט לאחרי ווי מ'קומט זיך צוזאמען, ובפרט נאך איידער מ'פארט זיך פאנאנדער, וואס דעמאלט, כמדובר אין די טעג לפני זה, איז דאך דאס א פאנאנדערפארן זיך, כדי אויף נאך מער פאנאנדערפארן זיך, כדי דעם ואהבת מרעך כמוך, ביז וואנענט אז ס'ווערט אן אחדות אמיתית, נאך ווי מ'געפינט דאך אין פארשידענע ערטער אין כדור הארץ, ווערט דאס אין אזא מין שלמה אן אזא פאנאנדערפלאקער, אז דאס פארברענגט גלייך די אלע שיריים פון גלות באיזה אופן שיהי,' ובפרט נאך אז מ'שטעלט אריין א גרויסן אלף פון א אלופו של עולם אין דעם ענין הגלות טוט מען דאך דעמאלט אויף ניט נאר אז ס'ווערט בטל דער גלות, נאר ס'ווערט גלייך, כאמור, א גלות מיט אן אלף, במילא איז דאס אותי טובת גאולת, און ס'ווערט גלייך, וויבאלד אז דאס איז אחרי מעשינו ועבודתינו ביז אין ימים הכי אחרונים, איז דאס אזא מין גאולה שאין אחרי'גלות, ניט נאר אז ס'איז ניטא בפועל, ס'ווערט נשלל די גאנצע אפשריות, אז ס'קען גאר זיין א גלות, ווארום וויבאלד, כמדובר לעיל, אז רוח הטומאה אעביר מן הארץ אין דער גאולה איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען שוין מערניט זיין די גאנצע אפשריות אפילו פון א גלות, און ס'איז דא מערניט ווי דער אופן העבודה פון ילכו מחיל אל חיל ווי איז יראה אל אלקים בציון וואס ציון איז דאך ווי ער טייטשט אפ אין לקוטי תורה, איז דאס דער ענין וואס איז פארבונדן מיט יחידה ויחדך וואס ס'איז דא בא יעדער אידן, האנשים והנשים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים