English
ספרייה
kind
paragraph
order
DY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כלי וואס דערציילט תורה אז ס'איז דא א יצר-הרע? ניט תורה דערציילט כדי מ'זאל אים פאלגן, רחמנא ליצלן תורה דערציילט דאס, אז מ'זאל וויסן זיין, אז דער יצר-הרע איז דער אמת'ער סמארט-גי, און בשעת ער טרעפט נאך א גי וואס ער רעדט זיך איין אז ער איז דער סמארט-גי איז אט דעמאלט האט ער דעם ריכטיקן סאלדזשער וועלכן ער שלעפט אריין אין זיין ארמיי. און וויבאלד אז תורה האט דערציילט דערפון, איז דאס ניט חס ושלום כדי צו מצער זיין א אידיש קינד, און דורך אים אויך מצער פארשאפן צער זיין פאטער און דער מוטער און זיין מדריך און זיין מלמד און די מלמדת וואס געפינען זיך אויך דא און דרייען זיך דא ארום און טוען ניט אט דאס וואס זיי דארפן זאכן ניט צוליב דערויף דערציילט דאס תורה, דער תורה דערציילט דאס, דערפאר וואס יעדער אידיש קינד האט אים דער אויבערשטער געגעבן מעגלעכקייט, אז בכוחו, אויף א לייכטן אופן, און אויב נאר ער וואלט נוצן זיין אמת'ע קלוקשאפט וועט ער זיך ניט לאזן נארן פון אזא טיפיש ווי דער יצר-הרע איז, און זיכער וועט ער ניט לאזן זיך אליין מבזה זיין, פאר די חברים ארום זיך, זיי זאלן זען, אז ער איז אט דער אה וואס לאזט זיך שלעפן פון דער יצר-הרע אין די גרעסטע בלאטע וואס ס'קען זיין. און ווען טוט ער דאס? דוקא אין שנת הקהל, און דוקא אין חרמי סוכות, און דוקא אין אט די פיר און צוואנציק שעה וואס אט דעמאלט געפינט זיך מיט אים דער גאסט יוסף הצדיק, און עיני ה'נצב עליו ובוחן כליות ועלו, אז איצטער קוקט זיך צו צו אים דער אויבערשטער, צי עובדו כראוי, און צי פירט ער זיך ואהבת לרעך כמוך דערמיט וואס ער וועט אים אויך שלעפן צום יצר-הרע, אדער ואהבת לרעך כמוך אויף אן אמת'ן אופן, אין א כלל גדול בתורה, אז ער וועט אים פארהיטן ער זאל זיך ניט לאזן אפנארן פון דעם מלך זקן וקציל
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים