transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דאך ווי שוין גערעדט פריער בנוגע אויך ז' חשון, און שוין אויך אפגעדרוקט, אז בא אידן איז יעדער טאג אין וואך איז פארבונדן מיטן שבת שלפני זה, ותפילות שבת, און פארבונדן מיטן שבת שלאחרי זה, ווי פארשטאנדיק אויך פון די זמירות וואס מ'זאגט במוצאי שבת,
¶2אפילו די וואס זאגן ניט, אבער האבן דאך דאס במחשבה, און דער תוכן איז דאך א תוכן אמיתי, ווארום די זמירות המקובלות בישראל זיינען דאך געמאכט געווארן פון גדולי ישראל, און כמה קהילות ווערן זיי געזאגט בכל מוצאי שבת.
¶3ס'איז ”נער אין נער” ופשטי איז דא אזוינע וואס זאגן אלע ער זאגן א טייל אדער זאגן מערניט ווי ”ויתן לך” וכיוצא בזה, אבער לכל הדיעות איז ”אלו ואלו דברי אלקים חיים”.
¶4זעט מען אין דעם תוכן הזמירות, אז ס'רעדט זיך אויך וועגן די צרכים הגשמיים של האדם במשך השבוע הבא, אין די טעג וואס קומען דערנאך די וואכעדיקן טעג, וואס ”שש שנים תזמור שדך ושש שנים תזמור קרמך”,
¶5אין די ימי העבודה והמעשה החול שלאחרי זה, און מ'בעט אז זיי זאלן זיין ברוכים ובהצלחה מיט אלע ענינים ופרטים ווי ס'ווערט גערעדט ווערן דערויף אין די זמירות, וואס די זמירות זיינען דאך פארבונדן דערמיט וואס זיי קומען במוצאו פון ”יום מנוחה וקדושה” פון שבת.
¶6ועל דרך זה בהנוגע צו דעם שבת הבא לאחרי זה, איז דאך ווי דאס איז נרמז אין הלכה שבדבר, און אין מאמר חזל הידוע, אז פון וואנען קומט די אכילה בשבת, וואס דאס איז דאך א מצות-עשה מן התורה, עונג שבת,
¶7מיט דברי קבלה, מיט די פרטים שבדבר, קומט דאס דערפון וואס ”טרח בערב שבת”.
¶8וואס אף על פי וואס בכמה מקומות איז ערב שבת מיינט מען בדיוק דעם יום הששי אבער אין דעם פרט, אז ”אכל בשבת” נעמט זיך דאס דערפון וואס ”טרח בערב שבת” איז דאך דאס א לשון ההלכה,
¶9און הלכה איז דאך א פשוטו של דבר וענין, פשוטו של הדיבורים, וואס ווי מ'זעט דאך בפשטות, אט די אכילה בשבת איז דאס לאו דוקא פאר די טירחא פון פרייטאג,
¶10נאר אדרבא ס'איז גאר משובח, אז ער הויבט זיך אן גרייטן דערצו אין די ימים שלפני זה ניט נאר אין מעלת שבתא, וואס דאס הויבט זיך אן פון יום הרביעי, נאר אויך פון נאך פריער, ביז פון יום ראשון אן.
¶11וואס בא שמאו איז דאס געווארן א הלכה, אז מיום ראשון האט ער געזאגט מנה זו לשבת, בא בית הלל איז געווען דער ברך הוי' יום יום, אבער ס'איז דאך פארשטאנדיק,
¶12אז ניט ביז הלל האט ניט געטראכט און זיך ניט געגרייט פון זונטעג-דיקן טאג, זען אז ביום השבת זאל זיין כל מלאכתי עשוי,"' און ער זאל האבן א סעודת שבת מיט כל ענינים פארבונדן, עונג שבת פארבונדן מיט גשמיות, זאלן זיי זיין כדרוש לייות.
¶13וואס אויף דערויף דארף מען דאך האבן, ווי מ'זעט ערשט בפשטות, אז ס'איז ניט מספיק דער פרייטער כלי מ'דארף נאך האבן די טעג פאר דערויף.
¶14וואס דאס גיט דאך צופארשטיין, און בהלכה, אז בערב שבת במאמר חזל זה מיינט מען דאס די וואכעדיקע טעג וואס זיינען אין דער וואך, פאר אט דעם שבת, במילא איז יעדערער פון זיי גרייט, אויב מ'דארף אנקומען צו אים בנוגע צו אכילה בשבת, צו צרכי השבת.
¶15וואס דערפאר איז דאס אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דער 'מנהג ישראל' וואס איז מקובל בכל תפוצות, איז דער רמב"ם ברענגט אראפ, אז ס'איז געווען צוויי מנהגים, איין מנהג אז מ'האט מסיים געווען קריאת התורה אחת לשלש שנה, אדער שלש וחצי שנה, ווי ס'איז דא די צוויי גירסות, און דער מנהג וואס איז נתפשט געווארן אז מ'איז דאס מסיים ”בכל שנה ושנה”
¶16וואס במילא קומט ארויס במדון דידן אז שבעה בחשון, ז' חשון, קומט דאס דעם שבת שלפני זה, שבת פרשה נח, און שבת שלאחרי זה, שבת פרשה לך.
¶17וואס יעדער ענין איז דאך 'בהשגחה פרטית', על אחת כמה וכמה אן ענין אין תורה, על אחת כמה וכמה די תורה און פתגם פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'זאל לעבן מיט דער צייט, און האט דאס מפרש געווען מיט דער פרשה בתורה וואס מ'לייענט בציבור אדער מ'לערנט בציבור אין דער צייט,
¶18במילא איז דאס פארבונדן דער שבת שלפני זה מיט דעם נח און שבת שלאחרי זה מיט לך, במילא, דער זיין חשון באקומט און האט א שייכות צו ביידע פרשיות, סיי צו נח און סיי צו לך,
¶19איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז אין זיי איז דא א רמז על כל פנים, און אויך א תורה ההוראה, בהנוגע צו ז' חשבון.
¶20ובפרט נאך אין אן ענין וואס איז אלעמאל בקביעות, וואס דאס איז בהמשך להאמור לעיל, אז ז' חשבון האט בקביעות ”בכל שנה ושנה”, אן קיינע שינויים בהנוגע אין וועלכן טאג דאס קומט אויס אין פרשה לך לך און וויפל טעג דאס גייט אוועק פון פרשה נח איז דא שינויים משנה לשנה.
¶21איין זאך וואס ס'איז אלעמאל די זעלבע זאך, אז ביתו יום בשבוע ווען ס'קומט אויס ז' חשון איז דא דער זעלבער טאג אין וואך ווען ס'קומט אויס 'שמחת תורה'.
¶22וואס דאס איז ”מידי שנה בשנה”, צווישן ז' חשון און 'שמחת תורה' בתשרי, איז אלעמאל דער זעלבער מספר ימים, וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין א זמן וואס מ'איז מקדשן על פי החשבון, איז דאס אלעמאל דער זעלבער מספר קבוע בימים, וויבאלד אז תשרי איז לעולם מלא,
¶23במילא איז אלעמאל דא די פופצן טעג כאמור לעיל, פון 'שמחת תורה' ביז ז' חשב, וואס דעמאלט קומט אויס, אז ס'איז דער פופצנטער טאג איז דאס דער זעלבער טאג בשבוע.
¶24וואס דאס איז מחזק נאך מערער האמור לעיל אויף דעם קשר לאחרי הרגל אז דאס גייט אויף שמחת-תורה, און וואס מיינט דאס?
¶25ז' חשון. ס'קומט דאך אבער אויך טאקע מערניט ווי ניט אין אלע יארן, אבער יעדער יאר קומט דאך אזוי אויס על פי תורה, אז יום קבוע בשבוע וואס איז פארבונדן מיט נח און מיט לח,
¶26ובמילא איז בקביעות פון שנה זו, אז דאס איז יום השלישי בשבוע, איז דאס פארבונדן אין חלק אין פרשה לח לך פון שלישי ביז רביעי,
¶27וואס דאס איז דער חלק אין פרשה לח אין ספר התורה, וואס תורה איז מלשון הוראה, נעמט מען ארויס פון דעם חלק אין תורה א הוראה בהנוגע צו דער 'עבודת האדם' בשנה זו, במיוחד ווען ס'איז געווען אט די קביעות, און דערנאך לערנט מען דערפון אפ על כל השנים כולם.
¶28כמדובר באריכות כמה פעמים, אז ס'איז דא אין תורה און אין הלכה, אז די הלכה שטייט במקום מסויים ובזמן מסויים, און אף על פי כן ווערט סי דערנאך א הלכה בכל מקום ובכל זמן.
¶29ווי מ'געפינט דאס אויך בפשטות אין ”וידבר הוי' אל משה אדער וידבר משה אבני ישראל” און תורה זאגט, אז דאס איז געווען ”במקום פלוני ובזמן פלוני”, און ער האט געזאגט בנוגע צו שנה פלונית ווערט דאס דערנאך אן ענין וואס דאס איז דערנאך ”בכל שנה ושנה”, וויבאלד אז דער טעם בלייבט דער זעלבער.
¶30כמדובר בנוגע צו פסח שני וכו' וכו וויבאלד אז דער טעם איז דער זעלבער, נוסף אויף די הוראה כללית, ניט פארבונדן מיט פרסת השבוע, וואס דאס איז ביום השלישי,
¶31וואס אויף דערויף איז דאך אויך דא די הוראה בתורה אז ביום השלישי איז ”הוכפל בו כי טוב” ער איז אויסגעטיילט פון אלע טעג פון דער גאנצער וואך, וואס דארטן שטייט צוויי מאל כי טוב און תורה שבעל פה טייטשט דאס אפ וואס איז דער ”הוכפל בו כי טוב” אז דאס איז ”טוב לשמים און טוב לבריות”.
¶32וואס דאס איז אויך בדוגמא ווי דערמאנט פריער, אז ס'איז דא א מעמד ומצב פון א אידן ווי ער געפינט זיך מערניט ווי ער און דער אויבערשטער.
¶33בשעת א איד לערנט תורה און מקיים א מצוה איז ער מקיים די מצוה אשר קדשנו במצוותיו וצונו.
¶34אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים אנגעזאגט, אז ער אלס א יחיד און אלס א פרט האט ער אט די און דעם ציווי, דערפאר איז ער מקיים אט דעם ציווי, על ידי קיום מצוה מסויימת.
¶35דערנאך איז דא מצוות וואס זיי זיינען פארבונדן דוקא מיט ברוב אים, ווי דערמאנט פריער דער ענין פון קריאת התורה, האט מען אויף דערויף דעם ענין, אז ס'מוז זיין לכל הפחות א מנין גדולים, וואס דעמאלט קען ער לייענען תורה מיט א ברכה שלפני"ו ברכה לאחרי' וואס דעמאלט איז די קריאת התורה בשלימות,
¶36במילא איז דאס וואס תורה איז א הוראה ווערט דאס אויך בשלימות, ווארום דאס איז געלייענט געווארן און ער האט געהערט די ברכה שלפני' ”נתן לנו את תורתו” און הערט די ברכה שלאחרי' מיט כל הפרטים, כמדובר בארוכה לפני זה.
¶37וואס די הוראה כללית בזה איז דאך אויך פארבונדן מיט ווי דערמאנט פריער, אז ביז אין חודש תשרי איז ניט אויף אזויפיל ניכר די אפגעטיילטקייט פון איין אידן מיט א צווייטן, וויבאלד אז זי איז מרובה במועדות, און מועדות און רגלים האבן אין זיך אט די תכונה בפשטות, אז דעמאלט קלייבן זיך אלע אידן צוזאמען,
¶38אין בית הכנסת אדער אין ”בית המדרש וכיוצא” בזה, וואס דאס ווערט דעמאלט בטל דער חילוק שביניהם, און מודגש די אחדות שביניהם.
¶39במילא איז דער ענין וואס דא שטייט בהדגשה דער ענין פון טוב לשמים.
¶40בשעת ס'רעדט זיך אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוה' אלס א מצוה בפני עצמה, הנחות תפילין, און ”הוקשה כל התורה כולה לתפילין” ווייס מען דאך דעם כלל אין הלכה בנוגע צו הנחות תפילין, אז אפילו דורך א שליח קען ער דאס אויך ניט טאן.
¶41”בכל התורה כולה שלוחו של אדם כמותו” אט דאס וואס תורה האט אים אנגעזאגט, הנחת תפילין, איז דאס געווארן א 'מצוה שבגופו' מיינט מען דאס גופו ממש, און אז ”שלוחו של אדם כמותו” ממש קען אים אויך ניט מוצא זיין בזה.
¶42ביחד עם זה, כמדובר, איז מצוה צדקה ושקולה כנגד כל המצות כולה מוז ער האבן צוויי אידן, מ'קען ניט מקיים זיין די מצות צדקה סיידן ס'איז דא א נותן און ס'איז דא א מקבל, ס'איז דא א בעל-הבית און ס'איז דא דער עני וואס ער איז אים נותן,
¶43ובצירות שניהם יחד ווערט מקויים די מצות צדקה.
¶44על אחת כמה וכמה דער מצוה האמורה לעיל, קריאת התורה בברכה לפני' לאחרי' אפילו אז דאס איז באמצע היום, איז דאס דוקא אז ס'קלייבן זיך צוזאמען לכל הפחות צען אידן, ועל דרך זה בריבוי מצוות.
¶45וואס אין אט די צען אידן, אויב דאס איז א איד ”בן אברהם יצחק ויעקב” ווערט דעמאלט דער ענין אז דאס ווערט א מנין כשר ושלם מיט אלע ענינים, און ער לערנט תורה און לייענט בתורה, וואס דאס ווערט דאך פאררעכנט אלס א לערנען בתורה, ווארום אין תורה-שבכתב איז אפילו אז ער עולה לתורה איז לידע מאי קאמר,
¶46איז על פי הלכה מוז ער מאכן א ברכה לפניה און א ברכה לאחרי וואס אין דער ברכה זאגט ער ”נתן לנו את תורתו” און ער איז דער זגער, ועל דרך זה בברכה שלאחרי
¶47וואס דעמאלט איז פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”שואב מימיך” ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” איז בטל אין דערויף די חילוקים שביניהם בנוגע ווען ס'קומט צו קריאת התורה.
¶48ואדרבא ווען קריאת התורה איז בברכה לפניה ולאחרי' אלס אן ענין בפני עצמו איז דאס דעמאלט דוקא ווען ס'איז בטל דער חילוק צווישן ראשיכם ביז ”שואב מימיך” איז דאס נאכמערער מדגיש דעם ”טוב לשמים וטוב” לרב רית וואס דאס איז פארבונדן מיט יום השלישי פון איזה שבוע שתהי,'
¶49דערנאך איז דא דער יום השלישי פון פרשה לך, וואס דאס איז די קביעות פון שנה זו, במילא דארף מען אין דערויף געפינען א תורה הוראה אין די פסוקים,
¶50פון צווישן התחלת שלישי ביז סיום שלישי, און דאס דארף אראפקומען א הוראה, ”התורה היא נצחית” א הוראה אפילו פאר א אידן וואס געפינט זיך אין גלות, און געפינט זיך בלילה, און געפינט זיך אין גלות אין חוץ-לארץ, ניט נאר אין גלות אין ארץ-ישראל, א גלות צוזאמען וואס ער געפינט זיך אין ארץ העמים,
¶51און ס'דארף אראפקומען ביז ”אין המעשה הוא” העיקר.
¶52וואס אפילו אז ס'איז שווער צו געפינען אין תורה שבכתב, איז דאך ווי דער רמב"ם זאגט ”בהקדמה ספרו התורה בפירושה ניתנה” איז צוזאמען דערמיט וואס מ'האט געגעבן דעם חלק שלישי פון פרשה לחלך האט מען דאס געגעבן בפירושה,
¶53איז אויב מ'ווייס ניט אויבן-אויפיק דעם פירוש גיט מען א קוק אין פירוש, אין תורה שבעל-פה, זעט מען, אז ס'הויבט זיך אן דער שיעור, ולויט אז הולך אים אמרם איז געווען א רכוש רב,
¶54טייטשט אפ דער פירוש בזה אין תורה שבעל-פה, און טייטשט דאס אפ, אז דאס איז ניט נאר א לימוד פאר אידן, נאר ”מנהני מילי דאמרי” אינשי וואס דארט איז די אמרי אינשי ווי די גמרא ברענגט אראפ אין בבא קמא גייט דאס ניט נאר אויף אידן דאס איז אן אמרי אינשי זעט מען בפשטות, אז אזוי זאגן ניט אידן אויך.
¶55איז דאס א הוראה בעיקר טאקע, ”נתן לנו את” הוראתו מיט דעם גאנצן ביאור ועיקרי שבדבר און די פנימיות שבדבר, ביחד עם זה איז דאס אבער ווערט דערפון א מקור, ביז וואנענט ז ס'ווערט מרי אינשי אפילו פון שבעים אומות זאגן זיי ט דעם ענין,
¶56ביז וואנענט האבן זיי ארויסגענומען דעם מרי אינשי האבן זיי ארויסגענומען פון דעם פסוק מיט וועלכן ס'הויבט זיך אן דער שיעור פון שלישי פון היינטיקן סדרה.
¶57אזוי ווי ס'שטייט וללוט ההולך ימברא איז געווען די גאנצע עשירות, ווי ער רעכנט דאס דערנאך אויס, ווערט דערפון א לימוד אז בשעת מ'גייט מיט אברהם, וואס ער איז געווען אן עשיר, ווי דערציילט פריער און שפעטער, ובאריכות גדולה, אז מ'זאל וויסן זיין, אפילו ניט-אידן,
¶58אז דער וואס גייט מיט מרי צבא דער וואס האט א צבא האלץ וועט אויך ווערן א באלעבאס, ניט האבן א סך האלץ.
¶59וויבאלד אז לויט איז געגאנגען אים אברהם, וואס דאס איז דער פירוש אין דעם פסוק, למאי נפקא מירא, צו דערציילן דא, אז ער איז געווען א הולך אים אברהם מ'ווייס דאס פון פריער און מ'ווייס דאס פון שפעטער, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז נוגע צו דעם תוכן הכתוב אט דאס איז מבאר דער אמרי פירושו עד כדי כך, אזאמרי אינשי האבן דאס דערוואוסט דאך דערפון, ביז וואנענט ווי אזוי איז דאס געווארן א פתגם הרגיל,
¶60אז פארוואס איז דער טעם וואס לויטה הא� וואס אט דא ווערט גלייך די הוראה בנוגע למעשה בפועל, אז מ'קען דאך בא זיך טראכטן וואס איז אזוי נוגע וואס דער שכן איז.
¶61אמת טאקע דער רמב"ם פסק'נט אפ, אז א איד מוז לעבן אין א שכונה וואס איז דא שומרי תורה ומצוות וכו' וכו,' על תוועני לדין נסעון וכו,' ער איז אבער מכיר בכחות עצמו, אדער ער האט דאס געהערט פון א בית-דין אז ער קען ביישטיין די אלע פיתויים און הסתות וואס זיי זיינען פון שכנים איז למאי נפקא מינה מיט וועמען ער וועט גיין.
¶62בפרט נאך אז דאס איז ניט דער פשט אז ער באזעצט זיך דארט אויף לחדא למעולמים דאס רעדט זיך וועגן א איינלכן ווער איז דער שכן וואס ער גייט מיט אים אין וועג.
¶63ווערט אן אמרי אינשי אז מ'זאל וויסן זיין, אז אן דערויף איז נוגע זיינע נכסים און זיין רכוש און זיין הנהגה ביז ס'ווערט דערנאך ווייטער דערציילט, דערפאר וואס לויט האט זיך געביטן דעם שכן און געווארן א שכן מיט אנשי סדומה וואס דערנאך איז געווארן פון אים?
¶64אבער דאס שטייט גלייך אין דעם פסוק, אין התחלת השיעור, ביז כאמור א הוראה בהנוגע לפועל, און נוגע לפועל, וואו א איד זאל זיך ניט געפינען אפילו א ניט-איד, על אחת כמה וכמה א איד א שומר תורה ומצוה, זאל ער וויסן זיין אויף וויפל ס'א וואו ער באזעצט זיך און ווער איז זיין שכן, און ניט נאר א שכן אויף אריכות זמן גדול אפילו א הולך מיט וועמען גייט ער בדרך.
¶65און וויבאלד אז תורה זאגט דאס אן מיטן כלל הקדמה לזה, ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו איז א סימן אז דאס איז א זאך וואס איז תלוי בבחירתו, במילא קען ער ניט פארענטפערן, ער האט קיין ברירה ניט, ער מוז גיין דוקא מיט דעם וכיוצא בזה וכיוצא בזה, וויבאלד אז תורה זאג און נאכמערער ניט אידן זאגן אזוי,
¶66אמרי אינשי איז א זיכערע זאך אז ער וועט וועלן וועט ער דאס אויספירן.
¶67און אויב דאס איז אזוי בהנוגע צו ערוואקסענע איז דערפון נאכמער פארשטאנדיק בהנוגע צו חינוך הבנים והבנות.
¶68וואס דאך איצטער די התחלת פון שנת הלימודים באופן רסמי, די התחלת שנת הלימודים איז געווען גלייך נאך אין אמצע אלולה, דער סיום אלולה, באופן קבוע הויבט זיך אן די זאך וואס די קינדער גייען אין בתי-סופה בקביעות, און מידי יום ביומו, ניט אין החודש וואס ער איז מרובה במועדות, נאר אין דעם חודש וואס ער ווערט א חודש על דרך הרבי.
¶69איז דא אבינותינו הרבים, אזעלכע עלטערן וואס טראכטן זיך, וויבאלד אז אזוין הוא איז כשר און אל תהרת הקודש, און דארט איז אלץ אויפן שענסטן ענין אין הידור מצוה, ניט נאר אין א מצוה ווי תורה סתם,
¶70איז וואס דארף ער אים שיקן אין אן ארט און וועט דארפן דערפאר צאלן געלט, ”שכר לימוד וכיוצא” בזה, און די קינדע וועט דאך דארפן מפלטל זיין ביז וואנענט ער וועט אנקומען לבית הספר,
¶71אז די מלוכה האט איינגעשטעלט א בית ספר הממין אויף בכל שכונה ושכונה, און זאגט אז מ'גיט דאס אז מ'גיט דאס אן באצאלט, די מלוכה צאלט דערפאר, און דאס איז בסמיכות מקום וכו איי וואס ער וועט זיך געפינען כמה וכמה שעות ביום מיט א קינד וואס דאס ווערט זיין שכן אויף כמה וכמה שעות ביום,
¶72און ווערט אין א שכן אין אזא אופן ווען יענער איז נאך א קינד, טראכט ער זיך, איידער ער גייט אין בית ספר הממי, ער זאגט אים אן דער פאטער מיט דער מוטער ער זאל ניט עסן א דבר וואס איז ניט כשר,
¶73און זאל מאכן אזוי ער דאך א ברכה מיט אלע-עליי זהירות'ן איז וואס איז אזוי נוגע צי הולך אים אברהם אין דעם זעלבן בית-ספר וואס אברהם גייט, אדער ער גייט אין דעם זעלבן בית-ספר וואס אין שגיין?
¶74וויבאלד אז ער באווארנט לפני ההליכה אין בית ספר, ובחזרתו מבית הספר, וועט אים מוטער אויף האט ער נאכפרעגן וואס האט ער געטאן און וואס האט ער געהערט און ווי ער האט זיך אויפגעפירט, און א דבר הצריך תיקון וועט מען דאס גלייך באווארענען.
¶75זאגט מען, אז היינו דא מרי אינשי אז בשעת ער איז הולך אים אברהם וועט מיט אים פאסירן אט דאס וואס ס'איז געווען מיט אברהם'ען, ו”מכלל הן אתה שומע לאו” ווי די אלע ענינים אין תורה,
¶76אז אויב ער איז הולך מערניט ווי אין בית ספר און און דארטן זיצט ער מיט אים, וואס ס'איז היפך פון אמרום אנשי צדום וכיוצא בזה, אבער על כל הפחות ניט ווי אמרום-אט דעמאלט דארף ער זיך ריכטן כך וכך, און דאס וואס ער זאגט באווארנט אהין און באווארנט אהער וואלט מען דעמאלט אישו ניט געזאגט אז דאס איז בהנוגע לפועל.
¶77און אויב צוליב זיך אליין וויל מען אריינגיין אין א ספק, זעט מען בטבע בני אדם, אז ווען ס'רעדט זיך וועגן א פאטער און א מוטער, וועלן זיי גיין אויף ענינים של ספיקות בנוגע צו זיך, אז ס'רעדט זיך וועגן א קינד, סיי אן אינגעלע און סיי א מיידעלע, די זעלבע חשיבות,
¶78שלא כדעת העולם אז מ'זאגט אז קינדער איז נוגע אז סכרים זאלן זיך האדעווען דוקא אין א ישיבה, משא"כ אויף א בת בישראל, איז וואס איז דאס אזוי וויכטיק און וואס איז אזוי נוגע וכו' זי איז פטור מיט תלמוד תורה און פטור מיט ”כל מצוות עשה הזמן גרמא”, מיט אלע הטורים וואס מ'האט אים גערופט געפונען,
¶79אדער ניט געפונען און ס'ווייט זיך אויס אז מ'האט געפונען.
¶80זאגט דער ערשטער פסוק פון היינטיקן שיעור, אז אפילו בא לויט וואס ווי רש יי טייטשט אפ איז ער געווען שלא כדבעי, ווי רש יי ר אע' פי וואס רש"י איז דאך זהיר בלשונו און ”דברי חכמים בנחת נשמעים”, זאגט ער דאס פשוט פארוואס אברהם האט געזאגט ער וויל גיין באזונדער?
¶81דערפאר וואס לויט איז געווען א היפך פון א צדיק, און ווי רש"י זאגט דאס בלשון הלכה.
¶82און אט דא ווערט גלייך די הוראה בכלל, ובפרט בהנוגע ווי א ענין עיקי, ווי דאס איז חינוך.
¶83ועל דרך זה די לימודים פון די פסוקים שבינתיים, ביז ווי מ'קומט צו דעם סיום און חותם פון דעם שיעור, וואס דארטן דערציילט זיך אין תורה שבכתב, ופירושה אין תורה שבעל פה, אז אברהם האט געבויט א מזבח בחברון.
¶84איז שטייט אויף דערויף בפירושו של תורה, וואס דאס איז תורה שבעל פה אין די ”מדרשי חזל על” הכתוב, אז ג' מזבחות האט געמאכט אברהם,
¶85און מ'רעכנט זיי אויס ווי ס'שטייט אין די פסוקים לפני זה צוויי מזבחות, אין ניי און נאך לפני ”זה על בשורת” הארץ, און דערנאך קומט דער דריטער מזבח וואס ער האט אים געמאכט בחברה.
¶86און איז מפרש, אז דאס איז דער חילוק וואס דער פוסק איז דא מחדש, אז אברהם האט שוין געבייט מזבחות פון פריער, אבער יעדער מזבח האט נוסק געווען אן ענין חדש.
¶87און וויבאלד אז ס'איז געווארן אן ענין חדש האט מען געדארפט האבן א נייע מזבח.
¶88נאכאמאל א מזבח און א נייע מזבח, אין אן אנדער ארט וואס איז מתאים צו די כוונה און צו דעם תכלית פון די בניות המזבח.
¶89און ווי ער זאגט אין די מדרשים, אז דער מזבח ראשון איז געווען ”על בשורת הארץ וכיוצא” בזה, וואס מ'האט אים אנגעזאגט, אז לעתיד-לבוא וועט ער באקומען הארץ אזוי-ז.
¶90דער מזב� איז אזוי ווי אין זמן יהושע איז דארט געווען א מלחמה און ס'איז געווען א סכנה פאר אידן האט דאס אברהם באווארנט דורך ”עשיית המזבח, הקרבת הקרבן” עליו, אז מ'זאל מנצח זיין במלחמה האמורה בי.
¶91בשעת ס'קומט דער מזבח השלישי, וואס דאס איז דער סיום פון דעם שיעור, זאגט ער, פארוואס האט דאס אברהם געמאכט אין חברון און דער פסוק איז דאס מדגיש, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז אן ענין עיקרי אין דעם סיפר הדבר, דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיטן ענין פון חברון.
¶92וואס איז דער ענין פון חברון זאגט ער אין מדרש?
¶93חברון איז געווען אט די שטאט וואס אלע אידן, אלע יבי שבטים, האבן קורות ברית געווען מיט דוד המלך, און קורות ברית געווען עד עולם ביז וואנענט אז דוד מלכא משיחא ווי דער רמב"ם איז מקשר אין סוף ספרו די גאולה על ידי דוד און די גאולה על ידי משיח צדקנו,
¶94און נאכמער בארוכה אין מסכתא סנהדרין, די סוגיות וואו ס'רעדט וועגן אט די ענינים.
¶95וואס ביי דוד'ן איז געווען מערניט ווי שבט יהודו בנימין וכו,' דערנאך איז מען געקומען אין חברון, און דארט האט כל ישראל קורות ברית געווען מיט דוד'ן, וואס מלכות דוד איז דאך עד עולם.
¶96א מלך הראוי קען זיין משאר השועטים, און ווי ס'איז טאקע געווען בפועל, ווי דער רמב"ם ברענגט דאס אראפ אין די הלכות ווי ער רעדט וועגן די עניני מלך, אבער המלכות נצחיית עד עולם איז דאס רתי ברית לדוד עבדי און דאס וועט זיין עד עולם וואס דערפאר איז מלך משיח מוז זיין ”מזרעו של דוד” דוד,
¶97ושלמה בנו, ווי ער זאגט ווי דער לשון הרמב"ם, דערפאר וואס משיח איז דאך א מלכות נצחית, ס'איז דאך ”עולם התחי' שאין” אחרי' דער היפך פון גאולה מוז דאס זיין מזרע דוד אדער בלשון בכמה מדרשים אז ס'וועט זיין צמח שמו און דוד שמו אז דוד אליין איז מלכא משיחא.
¶98און ווי מ'גייט דאס זאגן צו קידוש לבנה אין דעם שבת פון פרשה לך לך אז ”דוד מלך ישראל חי וקיים”.
¶99וכמדובר כמה פעמים, דער ענין איז כפשוטו, אז ניט אז ”דוד מלך ישראל חי וקיים” אין עולם הבא איז דעמאלט איז ”מאי קא משמע לן”, און וואס האט ס'איז א קשר מיט קידוש לבנה?
¶100”כל ישראל ישלים חלק לעולם הבא”.
¶101דאס איז די מעלה פון דוד'ן זאגט מען, ניין!
¶102דוד איז חי וקיים ער איז קיים איצטער, און אין אן אופן וואס ער איז חי, און ניט נאר ער איז חי וקיים אלס דוד, ער איז חי וקיים אלס מלך ישראל,
¶103וואס דער מלך ישראל איז דאך כולל פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”, און אלע ענינים און אלע סוגים וואס מ'רעכנט בינתיים נשי ישראל און טף ישראל,
¶104וואס ”דוד מלך ישראל” איז דאך געווען א מלך פון ראשיכם ביז ”שואב מימיך”, כולל אויך הנשים און קטנים, און קטנים שבע קטנים, וקטני שבע קטנות.
¶105און וויבאלד שהם ”עתידים להתחדש כמותה”, וואס דאס מיינט מען דאך די גאולה האמיתית עיידי דוד מלכא משיחא אט דעמאלט דערמאנט מען דאס נאכאמאל, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די גאולה טאקע, מאיזו סיבה שתהי' איז נאך ניט געקומען מאנטיק, ששי בחשון,
¶106אבער אף על פי כן ליגט א סידור אויפן טיש, און דארטן בלעטערט מען אויף, זעט מען, אז דארט שטייט אז ס'וועט קומען מוצאות שבת, וואס דעמאלט איז דאך א מצוה אז קידוש לבנה נאך אידיש לבנה, ס'זאל זיין די מוצאות שבת, איז אט דעמאלט וועט מען זאגן ”דוד מלך ישראל חי וקיים”,
¶107וואס אין דערויף איז דער טייטש ניט נאר אז במוצאי שבת איז ער חי וקיים, דעם מאנטיק לפני זה, דער דינסטדיק שלפני זה וכל הימים שלפני זה, איז זינט ער איז צום ערשטן מאל געווארן, ער ערשטער רגע וואס ער איז געווארן מלך ישראל איז זינט דעמאלט איז ער חי וקיים, און חי וקיים אלס מלך ישראל.
¶108און וויבאלד אז מ'דארטיילט דאס אין תורה, וואס תורה איז ניט א ספר פון סיפורים יפים, אמת טאקע דארט איז דא סיפורים, ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”, און ס'איז סיפורים יפים ברוחניות, און נאך מער, זיי זיינען אויך יפים בגשמיות, אבער ניט דאס איז דער ענין פון תורה!
¶109און חס ושלום ווי ער זאגט אין זוהר, זאגן אזוי, אז תורה איז א ספר סיפורים, און ווי דער ראגאטשאווער איז דאס שולל בתכלית השלילה, א סיפור וואס שטייט אין תורה ווערט א הלכה, און לערנט-אפ כמה הלכות בפועל, און דאס ווערט ביי אים א מקור אויף דינים אין רמב"ם און דינים אין שולחן ערוך, כמדובר בארוכה כמה פעמים, און כמפורט אין זיינע ספרים.
¶110האט מען אין דערויף אויך דעם לימוד, אז שטייענדיק און האבנדיק א סידור, וואס אין סידור שטייט ”דוד מלך ישראל חי וקיים”, וואס דער פירוש הפשוט בזה און דער פירוש אמיתי בזה,
¶111אז אין דעם ערשטן רגע וואס ער איז געווארן ”דוד מלך ישראל” איז דאס חי וקיים ”עד סוף כל הדורות”, איז דאס כולל אט דעם זמן ווען ער קוקט אריין אין סידור, אף על פי וואס ער קוקט דארט אריין אין דעם חלק וואו ס'רעדט זיך וועגן קידוש לבנה, וואס ער וועט דאס טאן אין מצאי שבת שלאחרי זה.
¶112וואס דאס איז אויך דער קשר במיוחד, אז ס'שטייט נאכמער בהדגשה, אז אברהם וואס ער איז געווען ”אחד הי' אברהם” און ער איז געווען דער ערשטער איד, און בשעת מ'זאגט בקשת צרכיו אפילו בשבת וביום-טוב אין ג' ראשונות,
¶113איז די ברכה ראשונה זאגט מען מגן אברהם מ'דערמאנט פריער ”אלקי אברהם און אלקי יצחק און אלקי יעקב” און אלקינו מיט וואס איז עס מסיים וחותם?
¶114מגן אברהם! איז דער אברהם וואס ענינו איז געווען דינען דעם אויבערשטן עיקר ענין העבודה בגלוי איז דאך דאס ענין הקרבנות והמזבח וכו ווי פשוטם של ענינים?
¶115בשעת מ'זאגט 'תורה עבודה' און גמילות חסדים טייטשן אפ אלע מפרשים.
¶116עבודה דער פירוש קרבנות. דערנאך 'בזמן הגלות' איז ”תפילות במקום קרבנות תקנום”.
¶117אבער וואס איז דער טייטש עבודה? איז דאס דער טייטש?
¶118”כהנים בעבודתם אין” בית המקדש, און פריער בזה איז משכן.
¶119זאגט מען אט דא, אז אברהם'ס עבודה איז באשטאנען, כמדובר, ווי עבודה בפשטות, אין מקריב זיין קרבנות, וואס דא דארף מען האבן דוקא א מזבח, ווי דער דין אפגע'פסק'לט אין זבחים בנוגע אפילו צו ניט-אידן,
¶120וואס עכום קענען דאך ברענגען קרבנות, איז אבער דער דין, אז זיי זיינען זיי פטור פון כמה וכמה הגבלות וואס קרבנות דארפן האבן, בהנוגע אבער צו תמימות ס'דארף דאס זיין אויך תמים, ניט די זעלבע מומין ווי ביי אידן, אבער ס'דארף זיין א תמים, און דערנאך בהנוגע צו דעם מקום מוז דאס זיין א מקום גבוה, וואס דאס איז דער גדר פון מזבח
¶121מזבח, מזבח איז ענינו איז, אז דאס איז אן ארט וואס דארטן ברענגט מען א זבח, א קרב� דערפאר ווערט ער אנגערופן בשם מזבח, אט ראשי-תיבות'ן וכו אבער בפשטות, ווי תוכן המילה בפשטות איז, פארוואס הייסט ער מזבח?
¶122דערפאר וואס דארטן ברענגט מען א זבח, און דאס ווערט א תנאי, וואו דארף מען ברענגען א זבח?
¶123א איד, אפילו א ניט-איד, דארף זיין א מקום גבוה במילא דערציילט מען, אז אזוי האט שוין געווען די הנהגה וואס אברהם האט דאס געטאן אויאביא מזבח און דארט האט ער מקריב געווען קרבנות, און מזבחות גופא האט ער געטאן,
¶124צוליב כמה וכמה ענינים וואס ווי אלע עניני קרבנות האבן זיי אן ענין כללי און אויך אן ענין מיוחד, ביז וואנענט ס'איז געקומען דער מזבח השלישי, וואס אין מזבח השלישי האט ער איינגעבויט דוקא אין חברון,
¶125וואס אין חברון ווי מ'וועט שפעטער לערנען, אבער מ'ווייס דאך שוין, אז בן עסר למשלה האט שוין געלערנט פאראיארן ווייס ער אז חברון איז דארט געפינט זיך אברהם, און שרה, און יצחק, און רבקה, און יעקב ולאה,
¶126ג' אבות און ד' אמות, און אויך ווי ער זאגט אין מדרש אדם הראשון און חבר, כמדובר בארוכה די הוספה שבדבר.
¶127האט ער געבויט דוקא אין חברון, וואס זי ווערט אנגערופן בשם חברון דערפאר וואס דארטן איז אן ענין של חיבור, ווי ער איז מאריך אין זהר, אז דאס איז ענינים של חברון, און ווי אויך זאגט דאס אויך אין מדרש האמור, אז ווען איז נתחברו כל השבטים און מ'האט ממליך געווען דוד אלס דוד ”מלך כל ישראל”?
¶128איז דאס געווען בחברון. און אויף דערויף איז געווען דער קרבן פון דעם ערשטן אידן, במילא בהקדמה לזה דער בנין המזבח פון דעם ערשטן אידן, דערנאך איז דאס געווארן א הלכה, כמדובר לעיל,
¶129אז יעדער ענין אין תורה ווערט דאס א הלכה, און א הלכה נצחית, אז אזוי דארף דאס זיין בא יעדער אידן, אויף וועלכן ענין ער טוט דארף ער דאס טאן מיט דער כוונה ושם ”נעשה לפניך וכמצות רצונך”
¶130אז אף על פי וואס ער טוט איצטער א מצוה, ווי דער רמב"ן ברענגט אראפ פון מדרש, אז די אלע מצוות וואס מ'טוט בזמן הזה זיינען זיי ציונים און סימנים צו די מצוות וואס מ'וועט טאן בשלימותם, אז ס'איז דיין די גאולה המצוות והשלימה, וואס דוקא דעמאלט וועט קענען זיין ”כמצות רצונך” בשלימות, משא' כן אין דעם גאנצן זמן ביז די גאולה המצוות השלימה,
¶131וואס דעמאלט איז דאך אויך פארשטאנדיק בפשטות, וויבאלד אז דעמאלט וועט זיין דער בית-המקדש בשלימות דערפאר וועט ס'וועט זיין ”מקדש אדנ כהוננו ידיך” ”בני על” ידי הכזק ברוך הוא, איז טאקע א גרויסער אויפטו דער בנין שלמה, א גרעסערער אויפטו דער בית שני, ”גדול יהי' כבוד הבית האחרון מן הבית הראשון”, ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, גייט דאס אויף א בית שני,
¶132אבער ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” איז דאס דא אין דעם מקדש השלישי, במילא איז דערפון אויך פארשטאנדיק די שלימות פון דעם מזבח, ווי א מזבח אין מקדש השלישי, אדער א מזבח אין מקדש השני,
¶133אדער אפילו א מזבח אין מקדש הראשון שבני שלמה וואס ס'איז געווען מיד הוי' עליי עסקים, אף על פי וואס אלע זיי געפינען זיך במקום בדיוק, ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ אין הלכות בית הבחירה, אז דער מקום המזבח איז מדוקדק ביותר, און ס'איז געקומען צוגיין א נביא אין ביישנים און האט זיי אנגעוויזן אט דא געפינט זיך אין מקום המזבח,
¶134ומדוי ק לפניו ולאחריו, ווי דער רמב'ן איז דארטן ממשיך אין א ספר ”הלכות הלכות”, אז מ'זאל וויסן זיין, אז דאס איז אט דער רט בדיוק, ואברהם אבינו האט פראוועט די עקידה,
¶135ולפני זה וואס נח, ווי מ'האט געלייענט אין שבת שלפני זה, האט דארט געבויט זיין מזבח, ולפני זה וואס דארט איז אדם הראשון געבויט זיין מזבח, און נאך מערער-ממקום כפרתו נברא פון דעם מקום המזבח,
¶136וואס דאס שטייט אלס א הלכה אין ספר ”הלכות הלכות” פון רמב"ם.
¶137ווערט דאס א הלכה מיט א נתינת כח פאר יעדער אידן, אז וואס פאר אן ענין של מצוות ס'זאל ניט זיין, כולל דעם ציווי אין שולחן-ערוך די מצוה פון ”בכל דרכיך דעהו” וואס דאס איז א דין אין שולחן-ערוך, דער ציווי פון ”כל מעשיך לשם שמים” וואס דאס איז געווארן א דין אין שולחן-ערוך איז דאס אן ענין וואס זיי זיינען ציונים,
¶138במילא דארף ער ביינקען בשעת ער טוט אט די מצוה, און ווייס אז ”כמצות רצונך” דארף ער האבן דעם מזבח און דעם בית המקדש השלישי ברענגט ער בשעת מעשה, אויב ער טראכט זיך נאר אריין אין דעם 'קיום המצוה',
¶139טאקע הקדשנו במצוותיו וצונו האט אבער דער אויבערשטער אנגעזאגט, אז מ'זאל דאס פריער טאן אלס ציונים און דערנאך זאל מען דאס טאן, און ער וועט געבן די מעגלעכקייט כמ צות רצונך והבה הטריא, דורך דערויף וואס פריער טוט ער דאס אלס ציונים איז דאס ממהר און גיט אים דערנאך אין בית המקדש השלישי על ידי מעשינו ועבודתינו.
¶140איז בשעת ער טוט א מצוה, כולל אויך ”כל מעשיך לשם שמים”, דארף ער בשעת מעשה בענקען, ווען וועט ער האבן די מעגלעכקייט מקיים זיין די מצוה וואס ער טוט איצטער, ”כמצות רצונך” ווארום דער אויבערשטער וועט אים געבן ובקרוב ממש ער גארט זיך און וויל קענען מקיים זיין די מצוה וואס ס'קומט נאך אט דער מצוה, ס'זאל שוין זיין קיין מצות רצונך,
¶141דענגט ער ווערט דאס רחב האמיתית, ווערט דאס א מצוה אז מ'זאל בעטן דעם אויבערשטן אז ס'דארף זיין דוקא אין אזא אופן, אז די מצוה וואס ער וועט טאן לאחרי דער מצוה וואס ער האט געטאן בתור ציונים זאל דאס קענען זיין על דרך ווי אברהם וואס עשה מזבח בחברון וואס דארט האט מען קורות ברית געווען יעדער איד און אלע אידן, מיט ”דוד מלך ישראל” וואס ער איז אויך חי וקיים איצטער,
¶142און אט דעמאלט האט מען די הבטחה, ווי דער רמב"ם פסק'נט דאס אפ אין א הלכה, אז בשעת מ'איז מוסיף איין דיבור אדער איין מחשבה, עאכו"כ איין מעשה איז ”לעולם יראה אדם עצמו שקול וכל העולם כולו” שקול
¶143און אז מ'טוט איין און איינציקע זאך איז מכריע ”עצמו וכל העולם כולו” ומביא ישועה והצלה וואס דאס ווערט א הלכה אין דעם ספר 'הלכות הלכות'.
¶144וואס וכאמור האט דאס א קשר מיוחד מיטן שיעור פון היינטיקן ט וו סיומו יז, ז ער ער טער ער טער ט עמ כט כמ מזבחות, ון ט יין גירסא יז ט עווען ד מזבחות, ון ין מיין מדרק,
¶145ון ער סיום יז בער ווען ער מזבח שעשה בחברון, ון פירו ו יז בז ז ס יז פ רבונ ן מיט אים ברית וו ס יעדער יד ון לע ידן מאכן מיט ”דוד מלך ישראל” וואס ער איז חי וקיים מ'דארף אבער האבן חי וקיים ניט נאר אלס מלך ישראל נאר אלס מלך על כל העולם כולו, וואס דאס איז דאך ענינים של משיח,
¶146אז אז אקרא על כל העמים כולם לעבדו כולם שכם אחד ”והיתה להוי' המלוכה” ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכה, און וואס מערער מ'איז מרבד אין מעשינו ועבודתינו, בפרט נאך על ידי ההתבוננות נוספה,
¶147פון דעם שיעור פון יום שלישי פרשה לח לך וואס דאס איז דער שיעור פון היינטיקן טאג ווערט אלץ נעענטער און שנעלער דער קיום היעוד ארו אים ענני שמיא שטייט מען אין 'ארץ הקודש', און אין ירושלים עיר הקודש,
¶148און הר הקודש, און הר הבית, ביז אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” מזבח השלישי אין דעם בית המקדש השלישי, אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” לחיים.