עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

29 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אין ט' כסלו איז דאך דער יום הולדת פון דעם מיטעלן רבי'ן, און אויך דער יום הסתלקות שלו, וכמדובר כמה פעמים,

2אז אף על פי וואס אין תורה איז משמע אז ביי אלע צדיקים איז דער יום הולדת אויך דער זעלבער טאג ווי ס'איז דער יום הסתלקות מן העולם,

3צפינט מען דאס בפועל ובגלוי בנוגע צו דעם משה רבינו, וואס ער האט געזאגט היום עלו ימי ושנותי אין תורה שבכתב, ועל דרך זה אויך בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, דערנאך איז דא וואס אין תורה ”שבעל פה, בכמה” מקומות אין מדרשים, לערנט מען אפ,

4אז ווי אלט אז דאס שטייט אז ס'דארף זיין דער יום ההסתלקות אין דעם יום הולדת, לערנט מען אפ פון איינעם פון זיי אויף דעם צווייטן, אז מצד רשי זו איז דאס געווען אין דעם זעלבן טאג.

5אבער בפירוש געפינט מען דאס, כאמור, בנוגע צו משה רבינו, און מ'האט געזען בדורנו בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, ואדרבא, וואס דאס איז וואס ס'האט געזען בנוגע צו די נשיאים שלפניו און אויך די נשיאים שלאחריו,

6וואס מ'ווייס סיי די יום הולדת און סיי די יום הסתלקות ווייס מען אויך אז בפשטות איז דאס געווען ניט אין דעם זעלבן טאג בשנה, וכמדובר שוין אמאל מער בפרטיות בדבר.

7בהנוגע וואס איז דער ענין וואס מ'זאגט אז ”יום מלו ימי ושנותי” איז יש לומר בזה, אז דאס איז מפורש אין דעם ווארט מלו אז כדי ס'זאל זיין א ענין במילואו איז אט דעמאלט איז אויך פארבונדן דערמיט,

8אז אויך ימי השנה איז כולל אין זיך די אלע שינויים פון ימי השנה אין דעם זעלבן סיבוב, וואס דעמאלט דארף דאך דאס זיין בשעת ס'קומט אין יעדער יאר די אלע שינויים וואס ס'דארף זיין אין דעם יאר.

9משא' כן אויב ס'איז באופן אחר, איז אט דעמאלט מוז מען זאגן, וויבאלד אז תורה זאגט, אז ביי אלע צדיקים איז דאס מלו, אז ברוחניות, אף על פי וואס לכאורה אין די ימים פעלט דאס, אדער ס'איז דא מערער וויפל ס'דארף זיין, ווי מ'וועט לערנען דעם פשט בדבר,

10איז דאס אבער ברוחניות איז דא פונקט דעם מלו, וואס מלו איז דאך מדגיש ביידע ענינים, אז דאס איז במילואו לא תחות ואויך לא יותר, וכמדובר שוין אמאל בארוכה.

11און דערפון איז אבער אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'זעט דאס אויך בגלוי איז דאס נאכמער גילוי אין ענינים פון אלקות, ביז אין 'גשמיות העולם', ביז אין 'זמן ומקום'.

12און דערפון לערנט מען אויך אפ בנוגע אין מעשה בפועל, אז דער תכלית ההמשכה והגילוי איז, אז ס'זאל זיך אויך אויפטאן אין אן אופן אז ס'זאל זיין בגלוי סיי אין זמן און אין מקום גשמיים,

13אף על פי וואס מ'קען דאך אויך קען דאך זיין א ”מועט המחזיק את המרובה” סיי אין זמן און סיי אין מקום, קומט דאס ניט בשעת מ'דארף אנקומען צו ”מועט המחזיק את” המרובה נאר מ'זעט דאס בפשטות, סיי אין זמן און סיי אין מקום.

14וואס דערפון איז אויך דער לימוד בהנוגע לעבודתו של ”כל אחד ואחד לכל” לראש, אז כל עניניו דארף זיין אין אן אופן אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון מלא, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות שבסוף שנה שעברה דער ענין פון שנה מלאה

15און אז יום עלי ימו ושנותיו, בפרט נאך מצד דערויף וואס אין יעדער אידן איז דאך דא א ניצוץ פון משה רבינו, ומשה רבינו איז ווי ער געפינט זיך אין יעדער אידן, און געפינט זיך אין אן אופן אז ער איז דארט פועל פעולתו ווי די גמרא זאגט דאס אין נגלה,

16אז וויבאלד אז ס'איז ”לגבי משה מילתא זוטרת היא” איז דערפאר זאגט דער פשוטם של כתובים, אז מ'מאנט אז מ'האפט פון יעדער אידן און מ'מאנט בא יעדער אידן, און דאס איז א תביעה דערפאר וואס מ'האט אים פריער געגעבן די כוחות אויף דערויף, סיי אין זמן און סיי אין מקום,

17האט ער דאך אלץ מן המוכן, ובלשון פון נשיא דורנו ”עמדו הכן כולכם” אז אלע ענינים איז מן המוכן און אין אן אופן ווי ידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.

18און ויהי רצונה פון די אלע ענינים אלו, זאל אויך זיין דער ענין פון ”מלא ימי ושנותי” בנוגע צו ימי הגלות, אז מ'האט שוין ממלא געווען על ידי מעשינו ועבודתינו אין 'תכלית השלימות' השלימות,

19וואס מ'דארף אויפטאן אין גלות, במילא קען דאך תיכף ומיד ממש אריינגעשטעלט ווערן דער 'אלופו של עולם' אן א' אין דעם גלות, ווערט דאס דעמאלט דער ענין פון דער גאולה, און ס'ווערט דעמאלט אויך, על דרך ווי מ'זאגט, אז ביום ההסתלקות איז דאך דעמאלט כל עבודתו אשר עבד

20במשך כל ימי חייו, אנהויבנדיק פון יום הולדת שלו, וואס בכלל בא א אידן איז שוין אין יום ווי שיצא לאויר העולם טוט ער שוין אויף אין ממשיך זיין אלקות בעולם, כמדובר כמה פעמים,

21איז כל ”עבודתו אשר עבד במשך כל ימי חייו” שטייט דאס דעמאלט בגלוי, ביז אין אן אופן פון פועל פעולות 'בקרב הארץ', ביז די פעולה הכי גדולה, אז ער זגואלט זיך אז ער ווערט נגאל,

22וכל בני ביתו ווערן נגאל, וכל תלמידיו ווערן נגאל, על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן נשיא הדור ווי דער מיטעלער רבי איז דאס פארבונדן דעמאלט ווי ביי אלע נשיאים, על אחת כמה וכמה בנוגע וואס אויף אים זאגט מען דאך,

23אז ער איז געווען 'רחובות הנהר' אין הפצת פון 'פנימיות התורה', ביז 'רחובות הנהר' אין אן אופן פון 'חכמה בינה' דעת אויך דעת, וכמדובר כמה פעמים.

24און ויהי רצון, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד ממש פון ט' כסלו אריין אין יו' כסלו, דאס איז דאך יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס ”הנשיא הוא הכל” יום הגאולה פון זיין גאנצן דור זיינעם,

25במילא דרך ממילא איז דאך פארשטאנדיק בא די דורות הבאים שלאחרי זה, וואס זיי זיינען דאך יוצא חלציהם און באקומען אלץ וואס איז ”מן המוכן אין” דעם דור שלפני זה, ועוד והוא העיקר אז ס'זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

26ובפרט אז מ'איז פארבונדן מיט א נשיא, וואס כאמור, אז נשיא הוא הכל און נשיא איז דאך אויך פון לשון נשיאות, זאל מען גלייך אויפגעהויבן ווערן מכל הענינים פון גלות נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות, במילא שטייט מען שוין אין אן אופן נסי, נאך איידער ס'איז דא דער רגע הראשון פון דער גאולה,

27עאכו"כ אז תוקף ומיד האט מען און מ'פועל'ט אויף על ידי מעשינו ועבודתינו בעבר האט מען שוין אויפגעטאן אז מ'איז ”עמדו הכן כולכם” כהודאת פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, און מ'האט גלייך די נשיאת הראש נאך אין דער לעצטן רגע פון גלות,

28צוזאמען מיט נשיאת הראש והגולגולות האט מען אויך נשיאת כל העשר כוחות, ביז חלקו בעולם, און נשיאת ”כל העולם כולו, ועוד והוא” העיקר די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

29ובפרט אז מ'איז מסיים אין דעם ענין פון צדקה, וואס צדקה איז דאך מקרבת את הגאולה, און נאך מערער מזרזת את הגאולה, אז ס'קומט מיט א זירוז הכי גדול, ביז אז מ'דארף ניט אנקומען צום זירור, ס'קומט תיכף ומיד ממש, ”ברגע זה ממש”, תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions