Paragraph
Paragraph rh-jw24rvdz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qzv5tf1t
- order
- Jj
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כיפורים, איז כאילו יתנה בתשיעו בתשרי ובעשירי בתשרי, כמבואר דער ענין בארוכה אין פרי עץ חיים בענין זה, ובנקודה וואס דאס איז איבערגעגעבן געווארן צו אלע אידן און צו יעדער אידן, אז דורך די אכילה בכפליים, ווי ס'איז די אכילה בערב יום הכיפורים, ווי אויך אנגעשריבן בספר פון דעם אלטן רבי'ן השוה לכל נפש אין סידור שלו, איז אט דעמאלט האט מען אויך די אכילה פון יום הכיפורים הגשמית, וואס דאס ווערט די הכנה און די מעגלעכקייט אז ס'זאל זיין ביום הכיפורים די אכילה ברוחנית, כמבואר בארוכה אין פרי עץ חיים, ובפשטות וואס ס'איז נוגע אחי יתן אל לבו אז דער ענין פון יום הכיפורים איז דאס אזא מין רעב אויף וועלכן מ'זאגט להחיותם ברעב אז דאס איז א רעב וואס ער איז ממשיך חיות, ביז ממשיך חיות, חיות גשמיות, עד כדי כך אז דאס ווערט ניט סתם חיות, נאר ס'ווערט להחיותם, כמובן ומבואר בכמה מקומות דער אויפטו בזה.
- proofread
- 0