Paragraph
Paragraph rh-jvjs7nxq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- Cq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויף דערויף גיט מען די כח, אז אף על פי וואס דער גוף זיין איז נאך ניט דערגרייכט ער זאל דאס פארשטיין, און זאל דאס פילן די גוטסקייט וואס איז אים אין זיין גוף, אז דאס זאל אים פארשאפן פארגעניגן על דרך ווי ס'ווערט פארשאפט פארגעניגן דעם גוף פון א דבר מסוג בגשמיות, פון א זיסע זאך בגשמיות, זאל מען אויך פארשטיין די ששמאקקייט פון ממלא זיין דעם אויבערשטנ'ס א שליחות אויף מאכן פון דער וועלט אז ס'זאל זיין לא ישבותו און ס'זאל זיין מילה את הארץ און אז די זאל זיין, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס מ'האט מאכלים וואס זיי זיינען לגמרי ניט גלייך ווי ס'איז געווען בטובה, און ניט גלייך די רואיקייט און מנוחת הנפש ווי ס'איז געווען בחודש תשרי, זאל ער ניט קוקנדיק אויף דעם, ואדרבא דאס זאל ביי אים ארויסרופן נאך נייע כוחות אויף איבערקומען די נייע שוועריקייטן, וואס אט דעמאלט ווערט דאס דער יתרון האור און דער יתרון המתיקות פון די שוועריקייטן וואס ס'קומט-אן אין וואס ס'האט דאס ביז איצטער ניט געהאט, דערפאר וואס ער איז געווען פארנומען מערניט ווי מרובה במועדות, און מרובה מיט ענינים פון חודש תשרו, זאל דאס ביי אים נאך ארויסרופן נאך א גרעסערע ליכטון קייט, ווארום ס'רופט אין אים ארויס נאך נייעי כוחות פון זיין נפש אלקית פון חלק אלוקה ממעל ממש וואס נעמט-דורך זיין גאנצן גוף אויך, נוסף וואס דאס נעמט-דורך זיין נפש הבהמית, נפש הבהמית, נעמט דאס אויך דורך דעם גופו הבהמי, דער בשר הגשמי, דער ארץ שלו, ווי דערמאנט פריער, און דאס נעמט-דורך מיט אן אופן פון עבדו הוי'בשמחה, אז ער טוט דאס פריילעכערהייט, במילא האט ער מער הצלחה, און ס'טוט זיך אפ בזריזות, און ער קען נאכמערער משפיע זיין אויף א צווייטן, ווי מ'זעט בפשטות, אז ווען א איד זעט אויף א צווייטן אידן ווי אזוי ער איז פריילעך פון קענען מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, און קענען מקיים-זיין
- proofread
- 0