English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

20 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1צו שטייען?

2סתמא וועט מען זיך אלע זעצן.

3בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, אן קיין אונטערשייד צי דאס איז מענער אדער פרויען איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש איז ברוב עם מהדרת מלך, איז דער אויבערשטער צופרידן דערפון בשעת ער זעט א קיום און א פארבונד פארבונדנקייט צווישן זיינע קינדער, וואס יעדערער פון זיי איז ביי אים פאררעכנט ווי א בן יחיד, אדער א בת יחידה, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, און ער רעדט נאך אז דאס טרעפסט נאך אין א מקום קדוש, ווי א בית הכנסת און א בית המדרש, בית וואו מ'טוט ענינים של צדקה וגמילות חסדים, און דאס טוט מען אין חודש אדר, וואס חודש אדר זאגט דאך די גמרא דעם פסק דין, אז דעמאלט איז דער מזל פון יעדער אידן און פון אלע אידן אין אן אופן ווי די גמרא רופט דאס אן בריר אז דאס איז די אמת'ע געזונטקייט און די אמת'ע שטארקייט, און אזוי ווי דאס איז איין און

4איינציקער אדר במשך פון יאר, אדער אפילו אין א שנה מעוברת האט מען נאך צוויי מאל אזויפיל איז פארשטאנדיק אז דאס פועל'ט אויפן גאנצן יאר, וואס בלאו הכי, שוין פון ראש השנה אן האט דער אויבערשטער געבענטשט זיינע קינדער מיט א כתיבה והחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, ווערט דאס באנייט און פארשטארק, און מיט א הוספה, מיט א צוגאב, און א צוגאב לויט דעם אויבערשטנ'ס הנהגה, אז דאס איז לויט זיין פארנעם מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און אין דעם אויסדרוק פון דעם פסק-דין פון דער גמרא איז משנכנס אדר איז מרבין בשמחה, וואס אט דא איז דאך אויך דער אויסדרוק מרבין אז מ'איז נאך מוסיף פון מרבה אין דעם ענין השמחה, וואס בכלל ווי דערמאנט פריער האט מען שוין פון ראש השנה אן, און דעם אויבערשטן אליין, א כתיבה והכתיבה טובה אויף השנת

5שמחה, איז קומט אדר איז מען מוסיף און מרבה אין דער ענין השמחה, און אין א שמחה איז דאך פארבונדן און אנגעדייטעט אין דעם יום-טוב פון אדר, וואס דאס איז דאך די ימי הפורים, איז דאך זעט מען דאך אין וואס באשטייט שמחה אין צוויי ענינים, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אז מ'זאגט, אז בימי הפורים זיינען יעדער איד און אלע אידן מקבל דתורה נאכאמאל, ובשמחה ובטוב לבב נאך מערער ווי ס'איז געווען אין זמן מתן תורתנו, אין חג השבועות, און מקבל דאס אויף דעם גאנצן יאר, אז דעם גאנצן יאר זאל זיין אזוי, און זאל זיין א שמחה אויך בגשמיות. מ'זעט דאך אויך, אז פורים איז פארבונדן מיט משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים, איז דאך דער פשוט'ער דין אין שולחן ערוך, אז וואס מיינט אט די מצוות פון משלוח מנות ומתנות לאביונים מיינט מען דאס אויך גאר בפשטות, אז מ'זאל געבן משלוח מנות ענינים של אכילה אדער של שפיעת

6הגוף, ועל דרך זה אויך מתנות לאביונים, אין צוגוב דערצו וואס מיט אן אביון האט מען דאך דעם אנזאג, אז מ'דארף זען שטארקן זיין מועט, און מאכן אים פריילעך ברוחניות און אין זיין טראכטן, קען מען דאך דערמיט ניט יוצא זיין חס ושלום, נאר מ'מוז האבן כפשוטו, אז משלוח מנות זאל זיין ענינים של אכילה ושתי און אזוי אויך מתנות אביונים דארף דאס זיין געלט, אדער א הילץ, צו דעם אביון אין יעדער ענין און אין יעדער אופן, אנהויבנדיק פון געלט, בפשטות. און ווי דערמאנט אויך כמה פעמים, אז דער אויבערשטער האט באשאפן די אידן אין אזא אופן, אז זיי זאלן נאך לייכטער צו מקיים זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך דורך דעם, וואס יעדער איד, אז ער קוקט זיך צו, זעט ער די נוצן און מיט די תועלת און די פרנסה רוחניות וגשמיות וואס ער באקומט דורך זיין פארבונדענקייט מיט א צווייטן אידן, אדער נאכמערער מיט מערערע אידן, אז ניט קוקנדיק וואס ס'קען זיין אז ער איז אן עשיר, א רייכער מענטש, איז מוז קומען א צייט, אז אין א גוטן אופן זאל ער

7מוזן אויך האבן אן ענין פון בשעת דחקו, אז ער מוז אנקומען אויך אין געלט אין א גוטן אופן, אבער דער דארף אנקומען געלט פון א צווייטן אידן, ועל דרך זה אויך אזוי אויך ענלעך אין א הילף פון א אידן דורך אן עצה טובה, אדער דורך א סעודה טובה, אדער דורך משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים בפשטות, דעם צווייטן ווערן זיי מקיים די מצוה, ווען דער צווייטער האט דערפון די הנאה בפשטות ובגשמיות, און זיכער אז ס'דארף אויך זיין א הנאה ברוחניות, ווי דערמאנט פריער, אז דער יום-טוב פון פורים איז אויסגעטרופט פון אלע ימים-טובים דערמיט וואס די שמחה פון פורים איז אן קיין באגרענצונג, און ס'דארף זיין עד דלא ידע נאך העכער פון א מענטשלעכן פארשטאנד, עד כדי כך איז גרויס די שמחה פון פורים, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער אויבערשטער פארלאנגט פון אידן, אז זיי זאלן זיין בשמחה גדולה, גיט ער זיי אלץ וואס ס'הענגט אפ אן דעם אויבערשטן, אז זיי זאלן האבן אלע-ערליי גרונדן מיט אלע-ערליי סיבות, מיט אלע-ערליי טעמים, אז ס'וועט זיין שמוח באמת,

8זיי האבן אלץ אין וואס זיי נויטיקן זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ווי דערמאנט פריער מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה. במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'דארף ניט האבן קיין השתדלות אויף שמחה במיוחד, און אפילו ניט קיין השתדלות אויף מרבה בשמחה, נאר דא קומט-צו נאך א ציווי מיוחד, אז יעדער איד פילט דערביי אז אין צוגאב וואס דער אויבערשטער גיט אים כל טוב גשמי ורוחני פארשאפט ער א גרויסן און גאר א גרויסן פארגעניגן דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואס ער געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון שמחה. וואס בא יעדער אידן איז דאס נאכמערער מוסיף, אז ער ווייס אז דורך דערויף וואס ער וועט זיין בשמחה איז ער נאכמערער מוסיף איז דורך ישמח ישראל בעשיו נאכמערער מוסיף איז ישמח הוי'במעשיו, אז דער אויבערשטער איז נאכמער שמח מיט דעם צושטאנד פון אידן, ובפרט נאך אז מ'איז ממלא אט דאס וואס חודש אדר זאגט אן יעדער אידן, ווי אזוי מ'זאל העלפן א צווייטן אידן, אין א ענין וואס דער צווייטער איד איז אין פארגלייך מיט אים דארף ער אנקומען צו זיין הילף

9אן אנדער אידן, דערפאר וואס יענער האט פארשטאנד אין א ענין אין תורה דער וועלכער ער האט נאך ניט געלערנט, אדער האט געלערנט ניט גענוג טיר, און אזוי אויך אין ענינים פון גשמיים זעט מען דאך, אפילו דער גרעסטער גויר איז דא משה העלפט אים ארויס מיט א ענין של ממון כפשוטו, דורך דערויף איז ער נאכמער מצליח, מערער, דורך דערויף נוצט ער אויס נאך בעסער און נאך מערער, אין אלע אופנים, די געלט די פארמעגן וואס ער האט שוין. וואס די אלע ענינים איז געזאגט געווארן בהנוגע צו יעדער אידן, סיי אנשים סיי נשים און סיי טף, האבן אבער אידישע פרויען, און אויך אידישע מיידלעך, וואס זיי גרייטן זיך מיט דער צייט, אז זיי זאלן גרינדן, און האבן אן אייגענעם בית בישראל, און דערוויילע העלפט זי ארויס דער מוטער און דער באבען, און אן עלטערע שוועסטער אין זייערע הייזער, וואס דאס גיט איר נאכמער פארשטאנד, און דאס גיט איר מיט דער צייט נאכמערער שמחה אין איר אייגענע הויז.

10דאס ווערן די אלע ענינים געטאן אין אן אופן פון מרבן בשמחה, וויבאלד אז מ'האלט שוין נאך שבת מברכים חודש אדר, און וואס איז אויך פארבונדן מיט ס'איז געווען אין היינטיקן יאר איז דאס פארבונדן מיט פרשה שקלים, וואס דער וואס דער ענין פון שקלים בפשטות איז, אז מ'איז דעמאלט מפריש אויף מחצית השקל אויף העלפן א צווייטן אידן וואס דארף דערצו אנקומען, און דערנאך איז דאס ממשיך, אז ווי ס'האט זיך אנגעהויבן היינטיקער טאג, איז דאס ממשיך אין פרשה תרומה, איז דאך די התחלה פון פרשה תרומה, לויט פאנאנדערטיילונג פון דער פרשה אין זיבן חלקים, האט מען שוין די התחלה פון פרשה תרומה, אין וועלכע ס'רעדט זיך און ס'ווערט דערציילט ואסו לי מקדש ושכנתי בתוכם און מ'איז דייק אין דעם בתוכם ניט אין בית המקדש און אין דעם משכן, נאר דורך דערויף וואס ועשו לי מקדש איז העלפט דאס נאכמערער ארויס אין דעם עיקר ענין, אז ס'זאל זיין ושכנתי בתוכם אז דער אויבערשטער רוט אין דער הארץ פון יעדער אידן, בתוך כל אחד ואחת מישראל,

11רוטער דורך זיי ין דעם הויז אין וועלכע זיי געפינען זיך. און ווען ס'רעדט זיך וועגן עקרת הבית, איז דאך פארשטאנדיק, אז זי האט אין דערויף די עיקר שליחות, אז זי זאל זיין אלס עקרת הבית די שליחה פון דעם אויבערשטן אויף צו אויפטאן נאכמערער אידישקייט אין דער הויז, און במילא אויפטאן נאכמערער שמחה אין דער הויז, אין חינוך הבנים והבנות, אט די וואס זיינען שוין געבענטשט געווארן מיט קינדער, און די וואס וועלן געבענטשט ווערן בקרוב ממש, און די וואס וועלן חתונה האבן בקרוב, און די וואס גרייטן זיך צו חתונה האבן, אין אלע ברכות והצלחות, וואס דאס איז כולל און ווערט אלץ נכלל יעדער גוטע זאך וואס א איד טוט, סיי מאן און סיי א פרוי, און סיי א ערוואקסענער און סיי קלייניקער ביז גאר קליינער, האט ער אין דערויף א שליחות פון דעם אויבערשטן, אז ער טוט דאס בשליחותו של הקב,"ה דער אויבערשטער האט באשאפן א גרויסע וועלט, און האט איר באשאפן אין אזא אופן, אז יעדער איד זאל קענען זאגן בשבילי נברא העולם אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין בשבילי,

12ער זאל דארטן קענען געפינען זיין פלאץ און זיינע מעגלעכקייטן ווי אזוי צו צוגעבן אין וועלט, אז די וועלט זאל זיין נאכמער אידישער און נאכמער פריילעכער, מיט אן אמת'ע פריילעכקייט, און נאכמער געבענטש בברכותיו של הקב,"ה. און ווי געזאגט פריער, אז אויב הויבט זיך דאס אן פון ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישער הארץ, דערנאך ווערט דאס אריינגעפירט אין יעדער אידישער הויז, בעיקר דורך עקרת הבית, אדער דורך די טאכטער וועלכע זי ערציט, אדער די באבע ערציט אויך די אייניקו, אז זיי זאלן זיך גרייטן, אז ס'וועט קומען די צייט אנפירן א הויז מתוך שמחה וטוב לבב, און מיט דער גרעסטער מאס אידישקייט וואס ס'קען זיין, און וואס ס'קען זיין כל זמן די גאולה איז נאך ניט געקומען, איז מען נאך נאך באגרעניצט, ס'פעלט נאך די שמחה וואס ס'וועט זיין בקרוב ממש בבנין בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך, אבער ביז דעם איז האט יעדער איד, ווי דערמאנט פריער, סיי מאן און סיי א פרוי, און סיי ערוואקסן און סיי קליינע,

13צו צוגעבן נאכמערער אין דער גאנצער וועלט, פון דעם אויבערשטן, אז ער ווערט כביכול אנגערופן אז ער איז א שותף מיטן אויבערשטן אין מעשה בראשית, אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, און לעשות, אז יעדערער זאל קענען אין דערויף אויך אויפטאן וואס הויבט אפ אן אים, און ער קען אויפטאן אז די וועלט זאל זיין נאכמער אידישער, און זיין נאכמער געבענטשט ן אויבערשטנ'ס ברכות, און זיין נאכמער געבענטשט מיט די ברכות, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, כולל אויך אין דערויף, אז מ'זאל קענען מקיים זיין דעם אנזאג, אז משנכנס אדר מרבי'בשמחה, און די התחלה פון נכנס אדר הויבט זיך דאס אן פון שבת מברכ'ן חודש אדר, וואס דאס איז געווען נעכטן דער לינין מיני וואס ס'איז דער שבת וואס גיט כח, אז דעם גאנצן חודש זאל דערנאך זיין אן אמת'ער חודש אדר, און ס'זאל זיין נאך אין דעם מעמד ומצב וואס אכתי עבדי דאחשורוש אנן ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, אז דאס מיינט מען אין די זמן נאך פון גלות, איז שוין דעמאלט האט מען א שמחה אן הגבלות און אן מדידות והגבלות, א שמחה

14עד דלא ידע, און אף על פי כן געפינט א איד א מעגלעכקייט אויף נאכמער צוגעבן אין דעם, און צוגעבן אין דעם סיי קליינע אין זייער אופן, אין סיי ערוואקסענע אין זייער אופן, און צוגעבן אין די גרעסטע מאס וואס ס'קען צוגעגעבן ווערן. און דאס גופא און דאס אלץ היילט נאכמערער צו, אז ס'זאל זיין די שמחה אמיתית, און שמחה בלי מדידה והגבלה כלל, אפילו לגבי שמחה פון שמחת פורים און שמחה פון חודש אדר בכלל, וואס דאס איז די שמחה פון די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש. פארבונדן דערמיט וו ס מ'מאכט יעדערע פון די שלוחות מאכט מען פ ר א שליח אויף צו עבן אויף צדקה וכפליים לתושי דורך צוויי ד לער, וו ס ד ס טופל'ט נ ךמערער דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און ווי דערמ נט מערערע מאל, ז דא יז דער טייטש כפליים ניט באגרעניצט צוויי מאל אזויפיל, נ ר כפליים לתושי מיינט דאס, ז אין

15צוגע וואס מ'באקומט פון דעם אויבערשטן, בסערותא דלעילא, וואס דער אויבערשטער גיט מעצמו האט מען נאך א צווייטער טייל, וואס דאס איז נאך מערער וויפל דער אויבערשטער האט געגעבן, טאקע בכחו של הקב,"ה, וואס יעדער גוטע זאך וואס א איד טוט איז דאך דער אויבערשטער אליין העלפט אים ארויס ער זאל דאס קענען טאן אין דעם בעסטן אופן און אין דעם בעסטן וועג, אדער במילא ווערט דאס דערנאך אנגערופן און דאס ווערט פאררעכנט אז דאס איז זיין אויפטו און זיין שלימות וכו.' וואס דאס אלץ וועט נאכמערער מוסיף זיין, אז אט די וואס איר האט אויסגעקליבן אלס שלוחות פון צווישן זיך, במילא איז אט דאס וואס זיי טוען אלס שלוחות ווערט דאס אויך פאררעכנט דער זכות צו יעדערן וואס האט זיי געשיקט, אז זיי זאלן אויך האבן דעם שכר פאר די פעולות וואס די שלוחות טוען, און וואס ס'ווערן געטאן דורך די השפעה פון די שלוחות אפילו אין אן ארט וואס ניט אלע געפינען זיך דארטן, כדי אויך דארטן צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים איז האט

16מען אויך טייל אין דעם שכר, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף, ווי דערמאנט פריער, אז ס'זאל זיין נאכמערער שמחה בכל חודש אדר, בפרט נאך אז מ'האלט שוין נאך שבת מברכן חודש אדר, און בפרט נאך אז דערנאך האט מען דאך דעם ראש-חודש אדר הסמוך לניסן, איז אלעמאל צוויי טעג, האט מען אין דערויף גופא כפליים לתושי און דערויף גופא האט מען דריי טעג נאכאנאנד, אז ראש-חודש איז דאנענשטיק און פרייטיק, און גלייך נאך דערויף האט מען דעם דריטן טאג, איז אויך א שעבט'דיקער טאג, אויף וועלכע מ'זאגט וויום שמחתכם אלה השבתות. און מ'ווייס שוין דערפון, אז בשעת ס'איז געווען דער שבת לפני זה, האט מען שוין געוואוסט, אז מ'גייט בענטשן ראש-חודש אדר אין אן אופן אז ס'וועט זיין דריי טעג נאכאנאנד ענינים של שמחה, וואס שוין דאס אליין איז גענוג, אז דער אויבערשטער זאל מקיים זיין זיין הבטחה, און ברענגען משיח צדקנו תוקף ומיד ממש,

17אחכה לו בכל יום שיבוא, און ווי מ'טייטשט דאס אפ, אז ניט נאר דערווארטן אויף משיח'ן איז בכל יום, נאר אויך מ'ווארט אז ער וועט קומען בכל יום אין ווען טאג עצמו, און נאכמערער ער וועט קומען גלייך אין דעם טאג עצמו וואס פריער, און אפילו איין רגע ווייניקער אין גלות איז שוין א שמחה הכי גדולה. ועוד וואו העיקר, אז צום אלעם ערשטן איז יעדערע פון די שלוחות נעמט אויף זיך ניט דער לשון פון חיוב נאר דער ענין פון זכות, אז בשלוחותו פון דעם גאנצן אידישן פאלק זיינען זיי נאכמער מוסיף אין שמחה בפשטות, אויף מאכן פריילעך ארום זיך, בא יעדער אידן און ביי אלע אידן, אפילו בא אידן וואס געפינען בריחוק מקום גשמי, עאכו כמה וכמה אט די וואס געפינען זיך ב ריחוק מקום רוחני. ועוד והוא העיקר, אז מ'גייט מחיל אל חיל ביז ראה אלא אלקים בציון ווי דערמאנט פריער די גאולה האמיתית והשלומר אין ציון.

18און יהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער מוסיף זיין אין דעם קיום פון די פדיונות וואס איר האט געגעבן, וואס וועלן געבראכט ווערן אויפן ציון פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז דער אויבערשטער וועט ממלא זיין משלת לבב כל אחת ואחת, מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, אנהויבנדיק אויך נאכמער הצלחה אין דעם קיום פון די שליחות ווי ס'איז דאס מקיים געווען ביז איצטער, זאל דאס זיין נאכמערער, ביתר שאת וביתר עוז, ביז אין אן אופן פון עד ולא יד מתוך שמחה. און דאס זאל נאכמערער צוהיילן, אז מ'זאל גאר ניט דארפן ווארטן אויף ראש-חודש אדער אויפן טאג פון דאנענשטייט, נאר וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין תחילת השבוע, און מ'קומט פון דעם שבת-האט געבענטשט גאנץ חודש, אדער, און דער ערשטער טאג פון דער וואך איז דאך כולל מביך די אלע טעג וואס קומען נאכדעם, וואס דערפאר ווערט ער אויך אנגערופן יום אחד וואס האט דאך אויך דעם אפטייטש, אז דאס איז אן איין און איינציקער טאג, ניט יום ראשון, וואס דעמאלט שטייט ער אין איין שורה מיט די טעג לאחרי זה, נאר דער לשון אין פסוק איז יום אחד אז דאס איז אן איין

19איינציקער טאג, ווי כולל אין זיך, די אלע טעג פון דער וואך וואס קומען לאחרי זה. העוד והוא העיקר, אז מ'זאל ניט דארפן ווארטן ביז פרייטאג, אפילו ניט ביז דאנערשטיק, אפילו ניט ביז מיטוואך, אפילו ניט ביז דינסטיק, אפילו ניט ביז מאנטיק. און וויבאלד אז מ'שטייט שוין אין יום אחד פון דער גאנצער וואך, און מ'האלט שוין באלד בא תפילת מנחה, און מ'מאכט יעדערער פון אייך פאר אן ענין פון א שליחה במיוחדה בנוגע צו צדקה זאל מקויים ווערן נאך אט דעם זונטו די קיום ההבטחה, אז צדקה זרעזת את הגאולה און מקארררת את הגאולה, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט איר אויך ממשיך זיין בארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין הר הבית, אין הר הקודש, און אין בית המקדש, אין דורכפירן די שליחות וואס יעדער אידה האט, און סלוחות האבן דאס ביתר שאת וביתר עוז לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, על אחת כמה וכמה אז

20שטיין בקרוב ממש בארצנו הקדושה, און דארטן בהר הקודש ובבית המקדש, וועט זיין דעמאלט אין בית-המקדש נאכמערער מוסיף זיין אין די אלע זאכן ווי דערמאנט פריער, און דער ענין הצדקה בכפליים וועט נאכמער מזרז זיין, אז דאס זאל קומען מיט א רגע פריער, אין דעם טאג פון זונטיק עצמו, און מ'זאל האבן אויך, ווי די פרשה איז דאך פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם אין התחלת הסדרה איז דאך אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז ועשו לי מקדש מיינט מען דאס בלשון עתיד מיינט מען דאס דער בית המקדש השלישי, אז נאך אין דעם טאג פון דעם זונטיק, און נאך פאר תפילת מנחה, וועט מען קענען האבן דעם המשך כל הענינים, און מ'וועט דאס קענען ממשיך זיין, ווי דערמאנט פריער, בארצנו הקדושה, און דארט איז ירושלים עיר הקודש ובבית המקדש, ותיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים