עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jq35pd6z

kind
paragraph
order
6t
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}
content
איינער פון די טעמים פון חמשה עשר באב איז, אז דעמאלט איז נתברר געווארן, אז אין תשעה באב שלפני זה איז שוין בטל געווארן דער גאנצער ענין, אזוי איז געווען אז קא סלקא-דעתך א ספק שמע טעה בחשבון, משא"כ אז ס'איז געווארן אתקיימא סיהרא באשלמותא ליום החמשה עשר, אט דעמאלט איז בא זיי געווארן דער בירור, אן קיין ספק און ספק ספיקו, אז בתשעה באב שלפני זה איז שוין געווארן אויך תשעה באב. וכמדובר ומבואר אויך בארוכה אין מפרשי הש"ס, און אויך אין פשטות הלשון בכתב. איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז תשעה באב איז פארבונדן מיט פירוד, רחמנא ליצלן, צווישן אידן, כמבואר אין מסכתא יומא, כאין אויך גערעדט שוין כמה פעמים, במילא איז דאך פארשטאנדיק אויך, אז אין ביטול דארף זיין אין אלע פרטים, עאכו"כ אין אן ענין וואס איז ניט קיין פרט, נאר אן עיקר, אז ס'דארף זיין דעמאלט די אחדות ישראל, וואס דאס איז נאך מערער ווי אהבת ישראל. די שלימות אין אהבת ישראל איז ביז וואנענט אז דאס ווערט אין אן אופן פון אחדות.
proofread
1
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions