transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וואס האמור לעיל איז דאך, ווי געדערמאנט געווארן, אפילו ווען ס'טרעפן זיך צוויי אידן, ובפרט נאך מיט די הדגשה וואס איז פארבונדן מיט גאולה, אז יעדערער פון זיי לייזט זיך אויס פון די הגבלות פון זיין 'נפש הבהמית', פון זיין טבעיות, און גייט ארויס לגאולה מזה,
¶2ביז אין אן אופן ווי דערמאנט פריער ”בכל לבבך בשני יצריך” אז אויך דער הויפך'דיקער מלאך איז אויך אינו אמן, ביז וואנענט אז ער ווערט גאר א גוטער מלאך,
¶3ווי מ'זאגט בנוגע ווי ס'איז געווען קודם החטא איז דאס געווען א ”שמש גדול” בעולם, און אזוי וועט זיין לאחרי עבודה פון אידן בעולם הזה און כולל ”בכל לבבך בשני יצריך” און אין אן אופן פון ”ואהבת את הוי' אלקיך”,
¶4אז דאס טריקט זיך אויס אין דער מצות אהבת ה', וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דער הדגשה פון דעם בעל הגאולה פון ”ואהבת לרעך כמוך” אהבת ישראל,
¶5ווי אויך נרמז, אין פירוש רש"י אין מסכתא שבת, וואס דארטן ווערט דאך אויך געבראכט אז דאס איז כלל ”כל התורה כולה”, שנא ברענגט רש"י אראפ ”רעך ורע אביך אל תעזוב” וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן, ווי ער זאגט אין מדרש,
¶6איז אט דעמאלט ברענגט דאס אראפ די אהבת ה' בגלוי, ווארום ס'איז ”כולנו כאחד” ווערט ”ברכנו אבינו באור פניך” על אחת כמה וכמה אז פון די שנים ווערט דערנאך עשרה,
¶7וואס אז ”כל בעשרה שכינתא שריא” אפילו ווי דער אלטער רבי זאגט כשאינם עוסקים בתורה ומצוות אין די מציאות וואס ס'געפינען זיך צען אידן צוזאמען ווערט דאס אן עדה קדושה,
¶8ובתוכם געפינט זיך ”שכינתא שריא” ביז אין א מעמד ומצב, אז דעמאלט שטייען די אידן העכער פון מלאכים, ווי דער אלטער רבי איז דארט מסביר וואס ער געהערט מרבותיו וואס דאס איז דער מגיד, וואס י' טס כסלו איז זיין יום הללו, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין דעם מכתב הגאולה שלו,
¶9וואס ער איז געווען דער ממלא מקומו פון בעל שם טוב און שמעתי מרבותי זאגט דער בעל הגאולה, אז אילו הי' נמצא מלאך במעמד זה וואלט ער בטל געווארן פון זיין מציאות,
¶10ווען צען אידן צוזאמען, אפילו כשאינם עוסקים בתורה ומצוות, ס'איז אבער אין אן אופן וואס דאס איז בהיתר ניט חס ושלום ”ביטול תורה”,
¶11נאר ס'איז אין אן אופן וואס דעמאלט איז ניט שייך דער 'לימוד התורה', ועל דרך זה ס'איז ניטא קיין ענין המצוה אויף לקיים, איז די עצם זייער מציאות ווערט בא זיי ”שכינתא שריא” און זיי שטייען נאך העכער ווי מלאכים, זייענדיק נשמות בגופים בעולם הזה.
¶12ובזכות עצמם, ניט דערפאר וואס ער לערנט דעמאלט תורה, איז דאס בזכות התורה אדער דערפאר וואס ער איז מקיים א מצוה וואס דאס איז מצותו של הקב"ה,
¶13נאר די עצם מציאות וואס ער איז א איד, און שטייט צוזאמען מיט נאך ניין אידן, און זיי ווערן צוזאמען איין מציאות עשרה איז אט דעמאלט ווערט דער ”שכינתא שריא” נאך העכער פון מלאכים.
¶14און דער ביאור אויף דערויף איז דאך אויך מובן בפשטות, וויבאלד אז ”בנים אתם להוי' אלקיכם” איז אין דער רייד פון דעם בעל הגאולה, בשעת אן אב זעט,
¶15אז אף על פי וואס זיינע בנים זיינען מפוזר ומפורד זיינען אין א סך סוגים, ביז זיי זיינען פאנאנדערגעטיילט אין צען סוגים פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”, וואס דאס איז דאך כולל כולכם די אלע אידן זיינען פאנאנדעכגעטיילט אין צען,
¶16אין עשרה סוגים כללים, איז בשעת דער אף זעט אז די עשרה שטייען צוזאמען ווערט בא אים א שמחה הכי גדולה, וואס שמחה איז פורץ גדר במילא ברענגט דאס אויך צו ונגלה,
¶17אז ס'ווערט דער ”שכינתא שריא” אין אזא אופן, אין אזא גילוי, אין אזא השראה, וואס אפילו א מלאך קען דאס ניט פארנעמען, און בשעת ער געפינט זיך דארטן ווערט ער אויס מציאות מפני גילוי השכינה,
¶18על אחת כמה וכמה ווי דער אלטער רבי אליין טייטשט-אפ, אז די נשיאים ממלא-מקומו האבן דאס מבאר געווען בארוכה, אז דער ”פעדו בשלום נפשי”, מיוסד אויף מאמר חז ל אין מסכתא ברכות גלייך אין פרק ראשון,
¶19אז ”פעדו בשלום נפשי מקרב לי כי ורבים היו עמדי” גייט דאס, ”העוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור,
¶20איז אט דאס פועל"ט אויף דער ”פדה בשלום נפשי”, און דער אויבערשטער וואס ער איז אלקי אמת זאגט אז ”מעלה אני עליו כאילו פדעני לי ולבני מבין אומות העולם”.
¶21וואס דעמאלט קומט נאך צו, אז בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען עשרה און וכמה עשיריות מישראל פון פארשידענע סוגים, און מ'נעמט אן החלטות טובות בנוגע צו תורה וגמילות חסדים, און תפילה בציבור,
¶22און מ'הויבט שוין גלייך אן בזה, ווארום מ'חזר'ט א פסוק פון תורה שבכתב, א מאמר חזל פון תורה שבעל פה, אויך פון רזין פון 'פנימיות התורה',
¶23און מ'נעמט אן החלטות טובות בנוגע צו גמילות חסדים, און מ'איז דאס אויך מקיים בפועל ווארום בשעת מ'קוקט אויף א צווייטן ”בסבר פנים יפות”, און מ'זאגט א צווייטן א גוטן ווארט, איז המפייסו איז בי' אלף, משא' כן צדקה כפשוטה איז מערניט ווי בששה,
¶24ווי די גמרא זאגט אין בבא בתרא, און ווי מ'טייטשט אפ וואס איז דער ענין פון המפייסו ביחד עשר אז דאס שטעלט אים אוועק העכער פון דער גאנצער וועלט, וואס ”נברא בעשרה מאמרות”, און ער באקומט עלף ברכות,
¶25ער טוט אויף אלץ אז די וועלט ”שנברא בעשרה מאמרות” זאל זיין אין אן אופן של ברכה, אין אן אופן ”של פיות, אין” אן אופן של פנים יפות, און ער שטייט נאך העכער פון וועלט, ער באקומט נאך א ברכה יא, אן עלפ'טע ברכה,
¶26וואס דאס איז, כאמור, וואס ער קומט נאך צו נוסף וואס אפילו ווען שנים איז שוין אויך דער שלום בתחילה ושלום בסוף ובחותם בשמו של הקב",
¶27בשעת דאס ווערט נאך פארבונדן מיט ”הנוסק בתורה ובגמילות חסדים” און תפילה, און תפילה בציבור איז אט דעמאלט ווערט דאס נאך גאר אין א גרויסן אופן, ביז למעלה מכל מדידה והגבלה.
¶28וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'איז מקשר, בפרט נאך לויט די שיחה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, דער פאטער פון נשיא דורנו, וואס נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, איז געווען ממלא מקומו, אז נאך פעטערבורג, נאך די גאולה פון יו ט' כסלו, האט זיך אנגעהויבן דער אמת און דער עיקר פון הפצת המעיינות חוצה.
¶29און ווי גערעדט כמה פעמים, אז די דריי ווערטער איז יעדער ווארט א מסכתא וענין בפני עצמו, אז דא רעדט זיך וועגן מעיינות.
¶30אין תורה איז דאך דא ווי תורה שטייט אין אן אופן פון מעיין, במקורו ושרשו, דערנאך איז דא ווי זי קומט ארויס אין ”רחובות הנהר”, וואס בכללות איז דאס דער חילוק צוויסן תורה שבכתב, וואס דארט איז יעדער ענין טיפין טיפין, אן אות אין תורה,
¶31ווערט דערפון א גאנצע 'רחובות הנהר' א שקלא וטריא, ביז א ”ריבוי הלכות, אין” תורה שבעל פה, וואס ”ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא” און ווי התחלת פון שעת תנא, א היכא קאי, א קרא קאי.
¶32הויבט זיך דאס אן פון דעם מעיין, און דא זאגט מען, אז מ'גיט א אידן א מעמד ומצב פון גאולה, אז ער גלייך פארבינדט זיך מיט די מעיינות,
¶33און די מעיינות שטייען ביי אים אין אן אופן פון יפוצו אזוי איז דאך א מעיין טיפין טיפין, האט ער בכח פון איין טיפה פון דעם מעיין זאל ווערן יפוצו אן אופן של הפצה,
¶34וואס אמת'ער ענין פון הפצה איז דאך אז דאס האט ניט קיין מדידה והגבלה, ווארום אויב דאס איז מוגבל איז דאך דאס נאך דא א ענין וואס קען זיין נאך מפיץ זיין.
¶35און וואו קומט דאס אן אויך אין חוצה ער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס ער טוט-אויף מיט זיך, און וואס ער טוט-אויף מיט דעם בני ביתו, נאר ער טוט-אויף מיט כל בני ישראל צו וועמען ער קאר נאר דערגרייכן, און נאך מערער,
¶36ווי דער רמב"ם זאגט כאמור לעיל אז ”תורה ניתנה לעשות שלום בעולם” אין דער גאנצער וועלט ארום זיך, ווארום ער איז ממלא דעם פסק דין הרמב אז א אידן האט מען אנגעזאגט בא מתן תורה אז ער זאל טאן כל התלוי בו, ובאופן התלוי בו,
¶37אז די אומות העולם זאלן מקיים זיין שבע מצוות בני נח מיט אלע זייערע סניפים, ופרטים ופרטי-פרטים איז אט דעמאלט ווערט דער אמת'ער שלום בעולם, און דאס ווערט אין אן אופן אז אין ”חוצה שאין חוצה מחוץ” לזה געפינען זיך דארטן די מעיינות אליין.
¶38ער ברענגט אהינצו ניט נאר בנוגע להלכה במעשה בפועל, נאר ס'קומט אויך אהינצו אן דער מעיין אליין, בדוגמא ווי דער רמב"ם זאגט, אז נאך דערויף ווי ס'וועט זיין די גאולה בשלימותה, א גאולה האמיתית והשלימה, און אין איר גופא וועט זיין די שלימות לאחרי בנין בית המקדש על ידי משיח צדקנו,
¶39ולאחרי ”קיבוץ גלית” על ידי משיח צדקנו, וועט דעמאלט זיין דער לעבדו כולם שכם אחד אויך ביי אלע אומות העולם,
¶40ווארום ”ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר” אלע ברואה עולם וועלן זען כפי הוי' דיבר ”והלכו גויים לאורך” אז ביי אידן וועט זיין ”והי' לך הוי' לאור עולם” און פון דעם אור לאורך איז ”הלכו גויים לאורך” מ'מאכט ליכטיק אויך די אלע מענטשן וואס אין וועלט,
¶41אלע אומות העולם, לאורך מיט דעם אור התורה, וואס דאס איז די אמת"ע שייכות איז דאס צו אידן, ”תורה צוה לנו משה”, אין דערויף אבער איז אויך נכלל דער ציווי פון ”והלכו גויים לאורך”.
¶42און כדי דאס זאל זיין בשלימותה, בביאת משיח צדקנו, ווען ער איז בשלימות איז אט דעמאלט דארף מען האבן אויף דערויף די מעשינו ועבודתינו,
¶43מקיים זיין דעם ציווי פון ”משה רבינו בתורתו”, כאמור לעיל וואס דער רמב"ם זאגט, אז נאך אין זמן הגלות דארף אויך זיין די השתדלות אויף להפיץ זה אור היהדות אין די חלקים וואס זיינען פארבונדן מיט די שבע מצוות בני נח אויך צו די בני נח,
¶44ובהסברה אז ”לא לתוהו בראה אלא לשבת” יצרה, ווי אויך מרומז און ווי ס'איז געווען בשעת די גאולה פון י'ט' כסלו בפעם הראשונה, ווי דער בעל הגאולה שרייבט אין זיין אגרת,
¶45און ווי ער באשרייבט די פרטים פון דער גאולה, שרייבט ער אז אויך ”ראו כל העמים” ועשרים אז יד השם ”יד הוי' עשת זאת” זיי האבן געזען אז דאס איז א נס גלוי אין אן אופן פון הפלו והגדיל הוי ווי ער חזר"ט דאס איבער דארטן דריי מאל,
¶46וואס ”בטלתו זימנו הוה חזקה” און דאס ווערט דערנאך א פעולה נצחית על כל הדורות און על כל הזמנים והמקומות.
¶47וואס דאס איז, כאמור, די הוספה וואס קומט נאך צו אויף ענין השלום, בפרט ווען דאס איז פארבונדן מיט י' טס כסלו.
¶48דערנאך קומט נאך צו ווי די קביעות ”בכל שנה ושנה” איז דאך משתנה, דאס איז אלעמאל בי' טס בחודש, ס'איז דאך אבער דא דער שינוי ווי דאס קומט אויס אין ימי השבוע.
¶49און אויך א שינוי ווי דאס קומט אויס אין דער פנימיות'דיקער וואך, וואס די פנימיות פון א וואך ביי אידן איז דאך פארבונדן מיט דער תורה, וואס דאס איז די פרשה פון דער וואך, וואס ס'איז דאך גאנץ דרים לאורייתא, אדער נו"ד ווי ער זאגט אין זהר, די ביידע גירסות,
¶50אז ס'איז דא אזויפיל פרשיות בתורה און יעדער וואך פון דער שנה, פון דעם יאר, האט דאך איר פרשה בתורה, וואס אזוי אויך בהנוגע צו י'ט' כסלו, וואס דאס איז אלעמאל אין דעם זעלבן טאג בחודש איז דא שינויים אין וועלכן טאג דאס איז אין וואך, און א שינוי אויך מיט וועלכע פרשה בתורה דאס איז פארבונדן.
¶51און ווי אלע ענינים פון תורה, וואס ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ווערט דאך אזוי דערנאך באשאפן די וועלט, וואס דערפון איז דאך דער יסוד על כל פנים בדרך אפשר, וואס אז מ'זאגט אז מ'זעט אן ענין אין וועלט דארף ער זיך דערפון אפלערנען.
¶52לכאורה איז דאס אן ענין פון ”עולם, מלשון העלם והסתר”.
¶53אעפ' כן, און דער בעל שם טוב איז דאס מפרש בארוכה, אז וויבאלד אז 'בהשגחה פרטית' האט ער געזען די זאך, אדער געהערט די זאך איז דאס 'בהשגחה פרטית' פון דעם בורא עולם, וואס ער איז אויך מנהיגו, און ער האט געפירט אזוי די זאכן פון וועלט אז דער איד מסויים, דער איש פרטי,
¶54זאל דארט זען אדער דערהערן דעם ענין פרטי.
¶55וואס דאס איז דאך אויך א תוצאה און א פירוש, און דאס נעמט זיך לאחרי ההתבוננות אין דעם מאמר חז"ל וואס זאגט אין סוף מסכתא קידושין ”אני נבראתי לשמש את קוני”,
¶56וואס בשעת אז ס'איז דא א רגע וואס א איד איז במציאותו, דארף ער דעמאלט געדיינקען, אז דאס וואס ער געפינט זיך במציאות, וואס ער איז באשאפן געווארן, ער איז א נברא איז דאס ”לשמש את קוני”.
¶57איז דאך יעדער רגע דארף ער זוכן ווי אזוי ער זאל בארעכטיקן און ממלא זיין שליחותו צוליב וועלכע ער איז באשאפן געווארן, וואס דאס איז ”לשמש את קונו”.
¶58איז אז אין דעם רגע זעט ער אן ענין מסויים, אדער ער הערט אן ענין מסויים, איז דאס א זיכערע זאך אז ער האט אין דערויף די מעגלעכקייט ”לשמש את קונו”.
¶59על אחת כמה וכמה ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תורה ווי די פרשה שבתורה וואס איז פארבונדן מיט די טעג במיוחד, וואס דאס איז דאך לויט די קביעות פון ראש השנה און ראשי חדשים, כמובן בפשטות, וואס דאס איז דאך די הלכות גדולות בתורה,
¶60קביעות ראשי השנים און ראשי חדשים וכו', אויך אויך די התחלקות אויף די פאנאנדערטיילן דאס די התחלקות אויף סדרת,
¶61וואס דערפון איז דאך אויך אפהענגיק ווען ס'איז ראש חודש איז אפהענגיק דערפון וועלכן טאג בשבוע וועט זיין י'ט' כסלו, וכאמור אין דערויף איז זיכער דא א הוראה, און נאכמערער ס'איז זיכער דא כמה הוראות בזה,
¶62ווארום תורה איז דאך אין קץ ”ארוכה מארץ מדה” דערפון פארשטאנדיק אויך בהוראת התורה, ובפרט נאך אז ”אין דיעותיהן שוות” וואס דאס איז דאך על פי טבע שהטביע הקב",האיז דאך פארשטאנדיק,
¶63אז אף על פי וואס די הוראה איז פון דעם זעלבן ענין איז ”אין דיעותיהן שוות” יעדערער נוצט דאס אויס לויט זיין אופן פון ”לשמש את קונו” וואס אין דערויף זיינען זיי אלע גלייך, אז ס'דארף זיין ”לשמש את קונו”, אבער ראשיכם איז זיין זייער שימוש את קונו באופן מסויים, און ”שואב מימיך” איז אין אן אנדער סארט אופן,
¶64אף על פי וואס ביידע טוען שליחותם באמונה און זיינען משמש את קונם, על דרך זה אויך בהנוגע צו דער קביעות בשבוע, אז היינטיקן יאר איז יו ט' כסלו ב”יום ראשון בשבוע”, און היינטיקן יאר איז יו ט' כסלו אין פרשה וישב, און וישב בתחילתה,
¶65אנהויבנדיק פון דעם ערשטן פסוק אין וישב.
¶66וכאמור לעיל, וויבאלד אז אין דערויף איז דא א הוראה אפילו פאר א ”שואב מימיך” פאר א פשוט שבפשוטים, איז נוסף אז ס'איז דא אין דערויף רזין דרזין און אין ענינים עמוקים אין שכל והסברה, ”אין חכמה בינה” ודעת של אדם, ס'מוז אבער אויך זיין א הוראה וואס זי איז מובנת בפשטות,
¶67אפילו פאר א ”שואב מימיך” פאר א פשוט שבפשוטים.
¶68וואס פשוטו של מקרא נעמט מען דאך ארויס פון פירוש רשי, וואס מ'זאגט דאך, און ווי ס'שטייט אין אחרונים, אז רשי איז ”ראשי תיבוץ ראשם של ישראל”,
¶69ווי דער אבינעזר רופט אים אן פרשן דתא אז ער איז דער וואס האט מפרש געווען דעם דת ישראל, תורת ישראל, אין אן אופן אז ס'איז שייך ל”כל אחד ואחת מישראל”, וואס רש"י שטעלט זיך אויך, ובארוכה,
¶70אויף דעם ערשטן פסוק פון פרשה וישב, און טייטשט דאס אפ בכמה אופנים, וואס על כל פנים אויף איין אופן פון זיי וועט מען זיך דא אפשטעלן, ושון ”לחכם ויחכם עוד” וועט מען אפלערנען נאך כמה וכמה ענינים,
¶71און אזוי אויך, וואס דאס איז ”אין פרשה ויושב” דער פסוק ראשון, ובכללות דער ”יום ראשון בשבוע”.
¶72וואס ”יום ראשון בשבוע” הויבט זיך דאך אן פון מוצאי שבת, וואס דעמאלט הויבט זיך שוין אן דער ”יום ראשון בשבוע”, ועד כדי כך אז מ'מאכט דעמאלט הבדלה, מיט אלע פרטים, מיט אלע מיט ברכות וכו' וכו.'
¶73און אט דא קומט די הוראה א יו ט' כסלו בשנה זו, און דערפון נעמט מען אויך א הוראה על כל השנים כולם, אז אפילו ווען א איד געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון שבת, און אין א מעמד ומצב וואס ער איז מקיים הלכות שבת לאמיתתם ובשלימותם,
¶74האט ער ניט קיינע בלבולים פון ”עובדין דחול” און אין דער גאנצער וועלט איז אויף אים ווערט אויס באלעבאס ער ווערט דער באלעבאס אויף וועלט, ווארום ”כל מלאכתך עשוי” ער האט אלץ מן המוכן,
¶75ובה ”שבת בה” מנוחה ער האט ניט קיינע בלבולים און ער האט די אמת"ע מנוחה, ווי מ'זאגט אין דער תפילה בסיום וחותם פון יום השבת אז ”מנוחה שלימה ומנוחה שאתה רצה בה” אז דאס איז אן אמת"ע מנוחה ווי דער אויבערשטער פארשטייט מנוחה.
¶76קען דאך טראכטן א איד אז ער האט זיך דערמיט באגנוגענען, ווארום וואס דארף ער האבן נאך מערער, ווער רעדט נאך הארעווען, יגעת
¶77אויף צו שטייגן נאך העכער בשעת ער האט שוין דעם מעמד ומצב פון מלאכתך עשוי אפילו זיין אכילה און שתי"ו שינה ווערט דאס אן ענין פון א מצוה פון עונג שבת, על אחת כמה וכמה די עניני התפילה והתורה פון שבת,
¶78וואס זיי זיינען נאך העכער ווי תפילה ותורה פון ”כל השבוע כולה”, ביז וואנענט אז כוי ער זאגט כמי קובה הוא, בתפילת העמידה, אז דאס איז א ”מנוחה שלימה שאתה רצה בה”.
¶79זאגט מען אבער, ווי די גמרא זאגט בסיום וחותם פון מסכתא ברכות, אז ”תלמידי-חכמים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא”.
¶80און דאס איז געזאגט געווארן לא בעולם הזה, האט דאס געזאגט אן אמורי וואס איז געווען 'בזמן הגלות', האט דאס אריינגעשטעלט אין א מסכתא וואס מ'לערנט איר דערוויילע, ארביות משיח צדקנו, אין זמן הגלות, און זאגט אז דעמאלט איז ”ילכו מחיל אל חיל” און ”אין להם מנוחה”, און זאגט אז אפילו בעולם הבא,
¶81ווען ”עולמך תראה בחייך” דו האסט אז מעין עולם הבא זייענדיק אין 'עולם הזה' איז אט דעמאלט ביסטו ”וכל בניך לימודי הוי” ווי די גמרא ברענגט די ראי' דערפון,
¶82אז דאס גייט אויף יעדער אידן און אלע אידן, וואס יעדערער פון זיי איז דאך ”בנים אתם להוי' אלקיכם” איז ”וכל בניך לימודי הוי” און ”ילכו מחיל אל חיל” איז דאס דער ענין אין מאמר חז"ל וואס קומט בהמשך מיט דעם מאמר חז"ל,
¶83אז דעמאלט דארף ער אויך גיין מחיל אל חיל וואס דאס ווערט אפגעלערנט בגלוי, נפקא מינה אז מ'לערנט א ענין אין ספר, דערנאך פירט מען דאס דורך בגלוי ובמעשה בפועל, אז אט שטייט ער אין א שבת'דיקן אופן און אין יום השבת,
¶84און אעפ' כן זאגט מען אים, אז אנהויבנדיק פון לאחרי חצות היום דארפסט ניט זאגן קיין 'צדקתך צדק', ווארום ס'איז שוין די התחלה פון יו טס כסלו פון דעם ”יום ראשון בשבוע” שלאחרי זה,
¶85און דערפאר טוען זיך אויף די אלע ענינים וואס דארפן זיך אויפטאן, ניט זאגנדיק ”צדקתך צדק”.
¶86און דערנאך דארפסטו אריבערגיין ביום הראשון, טאקע מיטן כח פון יום השבת, דמיני' מתברכין כולי יומי אבער ער גייט דעמאלט אריבער אין א מעמד ומצב,
¶87וואס בערך פון זיין מעמד ומצב ווי ער איז געשטאנען ביום השבת איז דאס בדוגמא וואס ער גייט מחיל אל חיל אין אן אופן בלי הגבלה ובלי מדידה, און אין אן אופן פון אין ערוך, וואס דעמאלט איז דאס א הליכה אמיתית.
¶88בשעת ער גייט ”ילך מחיל אל חיל” און דאס איז בערך פון זיין מעמד ומצב הקודם לזה, איז ער בפשטות נאך ניט אוועקגעגאנגען פון דעם מעמד ומצב הקודם,
¶89ווארום דאס איז בערך ס'איז מערניט א ביסל מערער אדער א סך מערער, ס'איז אבער אלץ אויף יסוד און אלס א המשך פון מעמד ומצב שלפני זה.
¶90בשעת ער גייט אין א הליכה אמיתית מחיל אל חיל אין אן אופן פון אין ערוך צו מעמד ומצב שלפני זה, איז אט דעמאלט ווערט דאס אנגערופן דער אמת'ער ”ילך מחיל אל חיל”.
¶91און דאס איז אויך די פארבונדנקייט מיט ”יראה אל אלקים בציון” וואס דאס איז דאך אן אריבערגענג באין ערוך, פון זמן פון חושך,
¶92פון גלות, צו ”יראה אל אלקים בציון” אז ניט נאר ס'ווערט אויס גלות נאר מ'זעט יראו א ראי' מוחשית, און מ'זעט דאס אלקים, און מ'זעט דאס בציון ווי ער שטייט אין שלימות הארץ,
¶93ביז וואנענט אז 'נקרא בשם' ”ציון מלשון סימן” כמבואר ומוסבר פון דעם מאמר פון ירושלמי וואס ער זאגט אז לימצאתי אז ישראל ווערן אנגערופן בשם ציון סיידן ווען זיי האבן די דריי זאכן, פון ”תורה עבודה וגמילות חסדים”,
¶94למטוע שמים ולא יסוד ארץ וואס אט דעמאלט ווערט ער אנגערופן בשם ציון וואס דאס איז דער ענין פון ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים, ומתפלל אין הציבור” די אלע דריי קוים.
¶95וכאמור, דער אויבערשטנ'ס מדה איז דאס מדה כנגד מדה דארף זיין מעין זה די עבודה אויך נאך אין זמן הגלות, אז מ'גיט יעדער אידן דעם כח, און מ'לייגט אויף אים ארויף די שליחות ער זאל אויסנוצן דעם כח, ס'זאל ניט זיין חס ושלום די כחות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, נוסט ער ניט איז דאס היפך פון דעם סדר הבריאה,
¶96וואס ווי די גמרא זאגט אין שבת, לו ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה, און אז ער גיט אים אידן די כוחות, איז דאס ניט חס ושלום לבטלה, נאר דער אויבערשטער וויל אז ס'זאל זיין דער ”קב שלו”, אז דער איד זאל דאס ארויסנעמען, ארויסברענגען מן הכח אל הפועל.
¶97ביז אין אן אופן, כאמור, די הדגשה מיט דעם לימוד פון קביעות שנה זו, אז אפילו ווען ער שטייט אין א מעמד ומצב פון שבת, דארף ביי אים זיין דער הליכה מחיל אל חיל אין אן אופן אז ער זאל באטראכטן זיין פריערדיקן מעמד ומצב,
¶98ווערט ער אויף אזויפיל העכער אז דאס איז בדוגמת הגלות והמאסר בערך פון א גאולה שלאחרי זה.
¶99על דרך זה אויך איז דער לימוד פון 'וישב יעקב', ווי רש"י טייטשט דאס גלייך אפ, אז ”וישב יעקב” און דערנאך ווערט גלייך געזאגט ו”אלה תולדות יעקב יוסף” וואס איז דא דער קשר ביניהם?
¶100טייטשט רש"י אפ וואס דאס איז פשוטו של מקרא, וואס דאס איז פירוש רש"י על התורה, אני לא באתי ”לפרש אלא פשוטו של מקרא”, איז דאס פארשטאנדיק פאר ”שואב מימיך” אויך פאר א קטן וואס ער איז ”בן חמש שנים”,
¶101וואס דעמאלט הויבט ער אן לערנען מקרא וואס מ'לערנט מיט אים חומש, צוזאמען מיט פירוש רשי כמנהג ישראל וואס תורה היא.
¶102טייטש רשי גלייך אפ, אז 'וישב יעקב' איז דאס פארבונדן מיט ו”אלה תולדות יעקב יוסף” ווארום בשעת מ'גיט א קוק אין וועלט, און ווי מ'האט געלייענט אין דער תורה עצמה דעם גלות פון אותיו ותולדותיו,
¶103ווערט דאך דעמאלט א שאלה ווי אזוי וועט מען זיך קענען איינקערן מיטן גלות, בשעת מ'דערזעט די אלופי אותיו מיט די תולדות אותיו, און אותיו הוא אדון מיטן גאנצן שטורעם, ביז מגדיל,
¶104ווי רש"י טייטשט דאס אפ זו רומי וואס דאס גייט דאך אויף די מלכות הרביעית און אויפן גלות הרביעי איז רש"י איז מפרש גלייך אין אנהויבס פון 'וישב יעקב', אז יעקב איז געווען אין אן אופן פון ישוב ותולדותיו,
¶105ניט קוקנדיק וואס ערשטא האט ער געזען וואס ס'טוט זיך מיט תוספים און מיט עולי המלכים און די אלופים וכו,' איז דער תירוץ אויף דערויף איז, ווי אזוי איז ער 'וישב יעקב' גלייך, ווארום ”אלה תולדות יעקב יוסף” און בשעת ס'איז נולד יוסף איז והיו בית יוסף לאש און דערנאך, ווי רש"י איז דערנאך מסיים,
¶106אז ס'בלייבט ניט קיין ענין פון דעם גלות, ווארום דער גלות מיט זיינע ווענט ווערן גלייך פארברענט, און בשעת מ'לערנט דעם ערשטן פסוק אין פרשה ויושר, און דאס קומט נאך צוזאמען מיט יום הגאולה שטייט דעמאלט די הדגשה נוספת,
¶107אז אע"פ וואס די גאולה איז דאך געווען בפשטות מצד דעם חושך כפול ומכופל פון גלות האט דאס געבראכט צו דעם מאסר, בשעת ס'איז דערנאך געווען דער ”פדה בשלום” די גאולה האט מען אויך געדארפט אנקומען אז צו די עמים ושרים זאלן דערזען אז דאס איז יד הוי' ”הגדיל והפלו הוי' לעשות עמנו”,
¶108און דערפאר האבן זיי באפרייט און ארויסגעבן און ס'איז געקומען די גאולה, אבער די גאולה לכאורה איז דאך אלץ געווען נאך אין מעמד ומצב פון גלות, זאגט מען שוין, אז שוין דעמאלט איז דא דער ”תולדות יעקב יוסף” וויבאלד אז ”זרעו בחיים” איז דאך יעקב 'לא מת',
¶109איז תולדות יעקב יוסף פאר יעדער איד וואס געהערט זיך דאס צו מורשה קהילת יעקב ער געהערט זיך צו יעקב, און וואס מטתו שלימו און כולל יעדער אידן און אלע אידן איז ”עולה תולדות יעקב יוסף” אז אין יעדער אידן איז דא דער ענין פון יוסף והיו בית יוסף לאש
¶110און דערנאך טוט ארויף די פעולה מיט דעם כח פון יוסף שבו, אז ס'ווערט פארברענט די אלע ענינים, פון גלות'קייט און פון גוי'שקייט, ביז וואנענט אז ס'בלייבט מערניט ווי קש אש נדף ”שאין בו כל ממשות כלל”.
¶111און אט דעמאלט ווערט אויך 'וישב יעקב', ווי רש"י ברענגט דערנאך אראפ שפעטער אז ”בקש יעקב לשב בשלוה” וואס דאס איז דער אפטייטש פון וישב.
¶112ווערט דאך אין דערויף די שאלה, אז יעקב האט געוואלט און יעקב איז געווען ”בחיר שבאבות” איז היתכן אז דער אויבערשטער וועט ניט ממלא זיין חס ושלום זיין בקשה איז אויף דערויף גלייך די הסברה,
¶113אז די בקשה איז א זיכערע זאך אז ס'וועט מקויים ווערן, ס'איז מערניט וואס דער אויבערשטער זאגט ”חבי כמעט רגע” ס'איז א זיכערע זאך אז יעקב איז מבקש איז ער 'לשב בשלוה', ווי רש"י אליין זאגט לפני זה, אז ”בית יוסף לאש ובית יוסף” לקש,
¶114און מ'איז זיי מצרף ביידע זאכן צוזאמען ווערט דאס דעמאלט דער ענין פון ”והיתה להוי' המלוכה”, און יעקב ווערט מקויים די בקשת יעקב פון לשא בשלוה.
¶115וואס מעין זה במדתו של אדם, וואס מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה פירט זיך א איד אויך אזוי, ובפרט נאך ווען דאס שטייט בהדגשה ובגלוי ווען קביעות פון יט כסלו גאולה קומט אויס ביום הראשון בשבוע, וואס דאס קומט גייך נאך שבת,
¶116און אין וועלכן יום ראשון איז דאס, ווען מ'הויבט אן מיט ”וישב יעקב” און גלייך נאך דערויף ממשיך ו”אלה תולדות יעקב יוסף” אז ער פארברענט די אלע סימנים וואס ביי אים איז דא פון גלות'קייט,
¶117און נתפעל ווערן חס ושלום אראפפאלן פאר זיך פאר א גוי אדער פאר גוי'שקייט, ווארום ער ווייס דעם אמת אז יוסף איז לאש ובית אותיו לקש און נאכמערער אז דערנאך ווערט ווי מ'האט געזאגט אין דער הפטורה פון יום השבת,
¶118אז ”והיתה להוי' המלוכה” נאך דערויף ווי מ'האט אויסגעפירט דער ועלוי ”לשפוט את הר” אותיו ער האט געפראוועט דעם משפט אויף די אלע ענינים פון גוי'שקייט וואס בא זיך, און האט אויסגעפירט אז ס'איז געווארן ווי ס'דארף זיין שלימות ביי אידן, ביז ווי אין אן אופן פון שבת,
¶119כל לאכתך עשוי אלץ וואס ער האט געדארפט טאן, איז בשליחותו של הקב"ה, וואס דאס איז דאך דער עיקר מלאכה שלו, האט ער אויפגעטאן, און דערנאך באגנוגנט ער זיך ניט דערמיט, און ער גייט נאך אריבער מחיל אל חיל נאך אין א העכערן מעמד ומצב, במכל-שכן וקל-וחומר,
¶120מה דאך אז בעולם הבא גייט מען מחיל אל חיל ווי גוט עולם הבא איז, ביז וואנענט אז ”יפה שעה אחת של קורת רוח בעולם הבא, מכל חיי העולם הזה”,
¶121און אף על פי כן באגנוגנט ער זיך ניט מיט זיין מעמד ומצב פון עולם הבא, און גייט מחיל אל חיל און ניט נאר ער טוט דאס איין מאל, און איך ווייס וויפל זמן, נאר ”אין להם מנוחה” ער קען ניט איינרוען און איינשטיין אין איין מעמד ומצב ער גייט מחיל אל חיל אפילו אין א מעמד ומצב פון עולם הבא.
¶122וואס דאס שטייט כאמור בהדגשה, ווען א חג הגאולה קומט לאחרי יום השבת.
¶123און דאס גרייט אויך צו, דורך דערויף וואס ער פארברענט דעם אותיו, דעם כל זר אשר בקרבך, דורך דערויף וואס ער איז מוסיף, ווי דער פסוק טייטשט אפ בפשטות, אז פארוואס האט מען אים גערופן יוסף ווארום יוסף לי ה' 'בין אחר',
¶124שטעלט זיך דער צמח צדק, וואס איז דא דער לשון אחר לכאורה ס'וואלט גשטאנא יוסף ה' לי בין פארשטייט מען שוין אז דאס איז נאך א זוכה, איז די הדגשה בזה אחר, אז פון אחר, פון א 'בין אחר', מאכט ער אז דער 'בין אחר' זאל זיין יוסף ה' לי בדוגמא ווי יוסף איז.
¶125וואס דאס איז דער כללות הענין התשובה, וואס די תשובה איז דאך וואס פון א 'בין אחר' מאכט מען אז ער זאל ווערן א הוספה און זאל זיך מתחבר זיין,
¶126און אנשטאט פון זיין בן עוני ווי ס'איז געווען בתחילתו איז גלייך ויב ”ואביו קראו לו בנימין” אז אביו שבשמים רופט אים שוין אן גלייך אז דאס איז בן יאמין, ואדרבא דער איינציקער פון די שבטים וואס נולד אין ימים אין 'ארץ הקודש' איז דאס געווען בן ימים.
¶127וואס דאס איז, כאמור, די הוראה בהנוגע צו דעם ענין פון בעלי תשובה, וואס דאס דארף דאך זיין אפילו בא צדיקים, ובלשון הידוע ”עתיד משיחא לאתבא צדיקייא בתיובתא”, ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות פון נגלה דתובה,
¶128אז מ'זאגט אז ”במקום שבעלי תשובה עומדים” איז ”אפילו צדיקן גמורים אין יכולים לעמיד” שם איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'זאגט דאס א אידן, אז ס'איז דא דער ”ילכו מחיל אל חיל” און מ'דערציילט אים, אז אף על פי וואס ער איז א צדיק גמור,
¶129טאר איז דאך דער ניט באגנוגענע, ווארום ס'איז דא אן ארט וואס אין צדיקים גמורים עומדים בו, ונאכמערער לויט די צווייטע גירסא,
¶130אז ”אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד בו”, אז ס'איז ניט נאר וואס מצד איזו סיבה קענען זיי אהינצו ניט צוקומען, נאר דאס איז ניט בהיכלתם, דורך דערויף וואס צדיקייא בתיובתא, אז ער טוט תשובה אליין, אדער ער מאכט א צווייטן אידן, אז פון 'בין אחר',
¶131זאל ווערן יוסף ”ה' לידם בין” אחר, אט דעמאלט, דורך דער עבודה במיוחד אין זמן הגלות, ווערט ביי אים די גאולה פרטית אין דעם ענין, וואס דאס ווערט די הכנה,
¶132ער לייגט זיך צוזאמען און זיך מצטרף צו נאך א אידן וואס טוט אזוי, און נאך א צווייטער אידן וואס טוט אזוי, און זיי טוען דאס אין אן אופן וואס ”שכינתא שריא” ווארום דאס איז אן עדה קדושה, אפילו קודם 'לימוד התורה' והמצוות, עאכו' כמה צו שלום בשעת ס'איז דא די עבודה פון שלום שלום אמר הוי' אורפתי,
¶133ווי די גמרא טייטשט דאס אפ צוויי מאל שלום, אויך כולל דעם ענין פון בעלי תשובה, נוסף אויף דעם שלום לקרובים אויך לרחוקים שנעשו קרובים,
¶134און אז ס'איז דא דער בית שלום, בית פעמים שלום, נאך אין זמן הגלות, ע'עבודה אין דעם קו, בפרט נאך לויט די הוראה מיט דער נתינת כח פון דער קביעות שנה זו איז דאס נאכמערער היילט דאס צו, דעם ”והיתה להוי' המלוכה” און דאס היילט צו בפשטות וואס רש"י זאגט,
¶135אז והיו בית יוסף לאש ועשו אותיו לקש און ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט זיצט יעקב,
¶136און ועז ”זרע בחיים אויף הוא בחיים” זיצט ער בשלוה, ווארום דער אויבערשטער איז זיכער מקיים זיין הבטחה, אבער דאס קומט אבער אן אין אן אופן פון אחישנה דורך מעשינו ועבודתינו, דורך יעדער ענין פון תורה ומצוות,
¶137ובכללות וואס זיי טיילן זיך אויך אין די דריי קוים פון ”העוסק בתורה” קו ”התורה בגמילות חסדים”, קו פון גמילות חסדים ומצוות, ומתפלל אין א ציבור וואס ”תפילות כנגד תמידין תקנום” דער קו העבודה, פועל"ט דאס,
¶138אז ס'זאל זיין ”העולם עומד” אז דער עולם כפשוטו הערט זיך אויף טרייסלען און שאקלען, ווארום די אידן, דורך דערויף וואס זיי שטייען אין א שטארקייט אין אלע דריי קוים, פועל'ן זיי אויף דעם שלימות התורה, פועל'ן זיי אויף דעם שלימות העם,
¶139פועל'ן זיי אויף דעם שלימות הארץ ”ארץ, אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” אז עיני ה' איז דארט אלעמאל בשלימות, אנהויבנדיק פון יום היראה פון ימים נוראים פון ראשית השנה עד סוף השנה 'עד אחרית שנה' יעדער טאג פון יאר.
¶140און דאס גרייט צו אז ס'קומט דער אחישנה ארו אים ענני שמיא, הן אינה ”מי הנה כעב תעופינה וכיונים אל” ארובותיהם,
¶141אז יעדער איד און אלע אידן, צוזאמען מיט משיח צדקנו אים ענני שמיא קומען זיי גלייך אן, בשעתא חדא וברגעא חדא, אין ארצנו הקדושה, ארץ כאמור, אשר ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”,
¶142און ”ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים”, מ'זעט דעם בית המקדש השלישי, דורך דעם ענין פון די שלשה קוין וואס חוט המשולה שלא במהרה ינשק, אוריאן תליתאי לעמא תליתאי, און ”משה ואהרן עמהם” על ידי תליתאי,
¶143שלא במהרה ינשק, אוריאן ”תליתאי לעמא תליתאי”, ”ומשה ואהרן עמהם” על ידי תליתאי, און ס'ווערט בפשטות ”למטה מעשרה טפחים” גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶144און יעקב איז יושב בשלוה נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא דער ערשטער גאולה, אז נאך זייענדיק אין ”ארץ מצרים, איז לכל בני ישראל הי' עור במושבותם” נאך זייענדיק אין ארץ מצרים,
¶145”ובני ישראל יוצאים ביד רמה” אז מ'איז געשטאנען מיט א ”קומה זקופה” וביד רמה נאך זייענדיק אין גלות, ווערט ”ובני ישראל יוצאים ביד רמה” ”כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות” אין גאולה האמיתית והשלימה,
¶146אז ס'ווערט דער ”קץ שם לחושך” הגלות, און ס'ווערט גלייך ברגע חדא דאתחלתא דגאולה, און די גאולה האמיתית בשלימותה, על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.